ווער איז שולדיג אין אונזערע פראבלעמען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1879 מאל

ווער איז שולדיג אין אונזערע פראבלעמען?

שליחה דורך איש עברי »

די פאלגנדע האב איך געשריבן אלס תגובה צו א דערנעבנדיגע אשכול איבער ארויסווארפן בחורים פון ישיבות אבער היות איך האב אנגעפירקלט א היבש ביסל, און איך בין אוועקגעפארן פון די ספעציפישע נושא, לייג איך עס אין א באזונדער אשכול, איך אנטשולדיג מיך אויף די נישט מסודר'דיגע אופן הכתיבה, איך האב עס געשריבן מיט א שנעלקייט מדם לבבי, עס איז נישט קיין חידושים דא בלויז נאך א איד וואס גיסט זיך אויס ווייטאג, וכבר הורה לנו אותו זקן אז אפילו ס'זאל אויפטוהן אויף איין איד....
-
משום איזה סיבה איז דא ביי אונז א דראנג ביי געוויסע מענטשן צו אנקוקן אונזער געמיינדע אלס א צוזאמשטעל פון גוטע און שלעכטע כוחות, די גוטע זענען די פשוטע אידן אזובי הקיר, שוואכע קעפלעך, זינגער'ס, ארויסגעווארפענע בחורים, און די שלעכטע זענען די בעלי שררה די רבנים די מנהלים, די הארצלאזע רבנים וואס לייגן א איסור אויף יעדע זאך וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט זייערע קאפריזן, די שלעכטע מנהלים וואס נעמען נישט קהן קיין קינדער אין די מוסדות, די אכזריות'דיגע משגיחים וואס ווארפן בחורים און גיסן בלוט פון אומשולדיגע מאמעס.

אבער איך קלער אז אין די סארט בליק ליגט א שטיקל טעות, און א גורל'דיגע טעות, ווייל אונזער קולט אין וואס מיר לעבן איז זייער א אינטרעסאנטע [וואס איך מיין אז אין די פרט האבן אסאך פארשער וואס האבן געפארשט אונזער געמיינדע געמיס'ט די פוינט] עס זענען נישט דא ביי אונז קיין מענטשן וואס צווינגן ארויף אויף אונז זאכן בניגוד לרצוננו, עס זענען נישט דא קיין קארופטירטע מענטשן וואס מאכן אונז שווער דאס לעבן - בשעת זיי לעבן א חיים טובים - ווי די פאל איז געווענליך ביי א קולט.

מיר האבן נישט קיין פאליציי וואס פארסירט אונזער אינערליכע געזעצן, נאר אנשטאט האט די סיסטעם געבויט א וואונדערליכע מאכעניזם ווי יעדער איז יעדנס פאליציי, יעדע מענטש האט אויף זיך א מוראה של מלכות וואס פאלט נישט אונטער פאר'ן פחד פון די קעי.דשי.בי. אבער אנע פיסטערע קארידארן, אדער אימה'דיגע קארצער'ס, מען ציטערט פאר'ן חבר, שכן, ברודער, און בעיקר פאר די אייגענע שאטן.

און אונזער סיסטעם איז דא עפעס א אויטאמאטישע סיסטעם ווי יעדער איינער טוט וואס די סיסטעם פארלאנגט פון אים אויף צו רודפ'ן די מענטשהייט, די פשוטע אידן באגנוגען זיך מיט שושקען ביי קדיש, די וואס האבן מער מאכט קענען שוין אריינזאגן א פסק פאר א יונגערמאן וואס פירט זיך נישט ווי עס ברויך צו זיין, און די רבנים טוען זייער חלק, און די מנהלים זייער חלק, אבער די אונטערשטע שורה איז אז מיר אלע צוזאמען האלטן דעם סיסטעם, עס איז נישט קיין הירערכיע אדער א מאנארכיע, עס איז א וואונדרעליכע דיקטאטורישע דעמאקראטיע.

די ליסט גייט ווייטער מיר זענען א געמיינדע פול מיט שלעכטס און אומרעכט, א געמיינדע ווי נארישקייט איז פארהייליגט, און נאיוויטעט איז א פאהרטייל, לאגיק איז פאראכטעט, און טראכטן איז פארבאטן, מיר קלאמערען זיך אויף א אלטע בארבארישע לעבנסשטייגער אין א מאדערנע וועלט, און אנשטאט צו מאדיפיצירן אונזער לעבן מאכן מיר עס נאר מער קאמפליצירט און אוממעגליך.

אוממעגליך, דאס איז די שליסל ווארט, מיר לעבן א אוממעגליכע לעבנסשטייגער, אזאנס וואס נאר די כח ההסתגלות, נאר די מורא'דיגע כח וואס א מענטש האט זיך צו קענען צופאסן צו עקסטרעמע מצבים האט גורם געווען אז מיר זאלן בכלל קענען אנגיין אין טאג טעגליכען לעבן אין אזאנע אומשטענדן.

דעריבער בין איך קעגן אנלייגן אונזערע פראבלעמען אויף א ספעציפישע אדרעסן, רבנים חזנים מנהלים עסקנים, זיי זענען אלע בלויז א שרייפל אין די מאכטפולע מאשין, זיי קענען פונקט אזוי זיין געליטענע פונעם סיסטעם, זיי קענען פונקט אזוי זיך ארומדרייען מיט טויזנט קשיות און בויך אבער ווי ראבאטן וועלן זיי אונטערשרייבן קול קורא'ס און ווארפן שקצים פון די בתי מדרשים, די מנהלים ווארפן פון די מוסדות מיט'ן אויסרייד אז אנדערע טאטעס ווילן נישט אז די קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט אינטערנעט קינדער.

די בחורים ווארפט מען פון ישיבות ווייל אין אזא מין נארישע ישיבה-פראגראם וואו די בחורים גייען ליידיג און מען פראקטיצירט בטלה און שיעמום, איז נישטא קיין אנדערע ברירה וואו ווארפן און שטויסן בחורים וואס גייען נישט אין שפאן, אנדערש וועט צופאלן די גאנצע בלאף און די פאר בחורים וועלן מיטשלעפן זייערע חברים און סוועט זיך ענדיגן מיט א נידערלאגע פאר די בלאף וואס מען טוט אזוי שווער פרעדיגן, איבער פרעכטיגע היכלי תורה ווי בחרים זיצן [אנע דאגות הפרנסה] און הארעווען על התורה ועל העבודה ועל יום השבת הזה.

אמת אז די וואס האבן מער פאוער טוען מער רשעות, די מנהלים און רבנים, אבער נישט ווייל זיי זענען די ראשי הקולט נאר ווייל מיר אלע דינען צוזאמען דעם קולט, מיר גראבן צוזאמען אונזער קבר, מיר אלע זענען - אין ארגסטן פאל אקטיווע שותפים, און אין בעסטן פאל פאסיווע שותפים – אין די קיום התוהו.

עס ליגט אפילו א סכנה אין שרייען קעגן יחידים און ספעציפישע מענטשן, ווייל דאס שאפט ביי אונז א גלייכגילטיגקייט, א מענטש וואס איז קרבן פון א שטערקערע כח מאכט שלום מיט'ן מצב און ער ווערט פאסיוו, דערשלאגן און זאגט שלום עלי נפשי לאמיך אפלעבן מיין לעבן לויט וויפיל די אומשטענדן ערלויבן און פרובירן די בעסטע וואס מען קען אין דעם מצב, אבער ווען מען קומט צו אנערקענונג אז מיר זענען נישט קיין קרבנות פון די גורל נאר מיר אלע צוזאמען האלטן אהן די סיסטעם און מאכן זיך אז די קייט'ן זאל זיך ווייטער ציען, דעמאלטס קען מען האפן אז טויש וועט קומען צו אונז אויך, און די זון פון חכמה ותרבות וועט נאך אמאהל שיינען אויף וויליאמסבורג מאנרא און בני ברק.

ווען מען קלאגט אויף די פראבלעם פון ארויסווארפן בחורים פון ישיבות הייבט מען אהן מיט לעזונגען ווי עפענען ישיבות פאר שוואכערע, און ישיבות וואו מען זאל ארייננעמען יעדן איינעם, דאס פארקירעוועט די פייער פון די ריכטיגע ציהל, די ציהל דארף זיין אז מען זאל אפשאפן די עצם נארישע וועג וויאזוי מיר שפארן איין די יוגנט אין די קאנצעטראציע לאגערן וואס הייסן ישיבות, ווי מען דארף שטודירן סברות כרסיות [קרעדיט: ויואל משה] אנשטאט געבן א אויסוואהלן פון אזא ברייטע אוצר פון חכמת ישראל וואס מיר פארמאגן? פארוואס זאלן בחורים אין זייערע ברענעדיגע יארן נישט זיין ערלויבט צו שפילן ספארט און זיך אויסלופטערן די מח? פארוואס זאל מען מחנך זיין בחורים אז זיי האבן נישט קיין שום אחריות פאר זייער עתיד און זיי דארפן נישט קענען קיין פאך?

לאמיר פרובירן אויפקומען מיט לעזונגען און אלטערנאטיוון, נישט קיין דראסטישע און רעוואלציאנערע ווייל אין די די.ען.עי. פון אונזער סאסייעטי איז דא אנטי-באדי קעגן רעוואלוציע, נאר שטייטע און קליינע, וואס טוען נישט באקוועם מאכן אונזער לעבן אין די סיסטעם נאר טוען צוברעכן די חומות וואס נעמען אונז ארום און די קייטן וואס בינדן אונז.

פון איין זייט איז די סטרוקטור וואס האלט אונזער סיסטעם פעלזן פעסט, קלוגערע און נארמאלערע צווישן אונז קוקן צו ווי נאריש די געזעלשאפט איז ועיניהם רואות וכלות, מען קען נישט זאגן קיין ווארט ווייל מען ווערט אפגעסטעמפלט, עולם כמנהגו נוהג, דער עולם מער ווייניגער לעבט אהן א מחשבה אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, מען קוקט זיך אהן ווי מען לעבט אין א פערפעקט סאסייעטי, מען חזר'ט איבער סלאגאנען איבער חסד ארגאניזאציעס און דאס גיט א גושפנקא אויף אלע אומווערדיגע רשעות וואס מען טוט אין גאטס נאמען.

דאס זעהט אויס גאר ביטער און האפענונגסלאז אבער די גוטע נייעס איז אז די גאנצע סיסטעם איז געבויט אויף א אידעאלאגיע וואס איז געלעכערט ווי א זופ, פרוץ מרובה על העומד, א געזעלשאפט ווי א גימטריה האט א כח צו דיקטירן א לעבנסשטייגער, און מעשה'לעך האבן א קראפט צו חורץ זיין גורלות פון לעבן און טויט, אנעקדאטן זענען וויכטיגער ווי פאקטן, און עס איז זיכער אז אויף אזא בערות און חשכות איז געזאגט געווארן אז מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך.

אמת אז אונזער געזעלשאפט נוצט פארגעשריטענע מעטאדען אונז צו האלטן פרימיטיוו, און א רעוואלוציע איז נישט לייכט, אבער איך קלער אז שטייטליך דארף די ערשטע רעוואלט זיין אריינברענגען מער וויסנשאפט, מער בילדונג, דאס ברענגט מיט זיך מער טאלעראנץ און ציוויליזאציע.

איך ווייסט אז מיין מגילה זעהט אויס אויטאפיש און אומרעאליסטיש אבער ווען מען זאל ווען טוישן דעם טאן און אנשטאט ווייטאגן אויף מינדערוויכטיגע סימפטאמען וואס אונזער סיסטעם ברענגט, נאר ענדערש ארויפברענגען די פארפוילטקייט מן היסוד וואלטן מיר געהאלטן א טריט נעהנטער צו די גאולה.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר