כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!

שליחה דורך פארוואס? »

עס איז א ביסל א האקעלע נושא, איך האב אסאך געטראכט צו איך זאל רעדן דערוועגן אדער נישט, אבער איך מיין אז אזא תופעה טאר נישט פארשוויגן ווערן.
דער נושא איז, אמונה בביאת המשיח. ווי יעדער פון אונז גלייבט באמונה פשוטה, אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח, ואף על פי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא. דאס איז איינס פון די י״ג עיקרים.
אבער צו מיין אנטוישונג זעה איך אסאך מאל, ווי ערנסטע חסידישע יונגעלייט מאכן אוועק במחי יד אט די גאנצע פעלזן פעסטע אמונה.
ניין. איך גיי נישט רעדן איבער דאס וואס מען קען באמערקן בעקיפין אין יעדן צווייטן אז זייער אמונה בביאת המשיח איז זייער שוואך רח״ל, וויפיל מאל קומט אויס צו הערן אפילו פון די שענסטע און די בעסטע, מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, זייערע ווייטע פלענער אויפן עתיד.
אז מען הערט א מענטש חתמ׳עט א מארגעטש אויף 30 יאהר, איז עס א מעסעדזש - בעקיפין - אז ער גלייבט נישט צו שטארק און אמת׳דיג אין ביאת המשיח.
איך ווייס אז עס איז דא א באקאנטע שפריך-ווארט דמתאמרא בי מדרשא (איך מיין פונעם חתם-סופר), אז ווען עס קומט צו בויען תורה קוקט מען נישט אויף ביאת המשיח.
כאטש וואס דער דאזיגער ווארט איז זייער אומ-פארשטענדליך, און מסופקני אם יצא כזאת מפי החתם סופר. און מען רעדט אויך נאר וועגן בויען תורה, אבער נישט וועגן בויען אייגענע ביזנעסער, וכדומה.
אבער איך בין דא נישט אינטרעסירט צו מקטרג זיין אויף כלל ישראל, איך וועל אננעמען פאר יעצט, אז אידן מיינען גוט, מ׳כאפט זיך פשוט נישט וואסארא דברי כפירה ונאצה ליגט אונטער אזעלכע דיבורים און מעשים. און קען אויך זיין אז מען פארלאזט זיך אויף די גמרא אין סנהדרין (צ״ז, א) אז משיח וועט קומען בהיסח הדעת.
אבער וואס האט מיר יא ארויסגעברענגט פון די כלים? איז די פאלגענדע עפיזאד וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין פארנט פון מיינע צוויי אויגן.
ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.
ווען איך האב געהערט אזעלכע רייד, בין איך דערשיטערט און צוטרייסלט געווארן עד דכדוכה של נפש. הייתכן?! אזוי צו אפחוזק׳ן פון איינע פון די דרייצן יסודות וואס מיר גלייבן?
מיינט נישט. מען רעדט דא נישט פון עפעס א קל, נישט עפעס סתם א ליידיג-גייער וואס טראכט נישט קיין צוויי פארן ארויסזאגן א ווארט פון מויל. מען רעדט פון איינע מבני הישוב הישן, פון ירושלים של מעלה. אבער אזוינס? אזוי צו רעדן, האב איך נישט געקענט פארשווייגן.
איך בין בטבע זייער א ביישן, איך האב נישט געהאט די שטאלץ צו זאגן יענעם אין פנים אריין: אנטשולדיגט, איהר רעדט דברי כפירה! איך האב געמוזט אראפשלינגען די שרעקליכע ווערטער, און ווארטן ביז איך וועל קענען אויסגיסן מיין הארץ אין קאווע שטיבל. (און אין איינוועגס, אפשר באקומען עטליכע לייקס. אבער גלייבט מיר, איך מיין עס לשם שמיים).
איך טראכט צו מיר, שטעל זיך פאר איינער א היימישער יונגערמאן קומט דיר זאגן שטילערהייט: איך גלייב נישט אין די ערשטע אני מאמין! איהר וואלט זיכער דערציטערט געווארן ביז צום טויט.
און דא קומט איינער בריש גלי, און חוזק׳ט אפ פונעם לעצטן אני מאמין, אהן קיין שום פראבלעם, ואין פוצה פה ומצפצף.
און איך האב געטראכט צו מיר נאך אסאך מער פון דעם. דער וואס גלייבט נישט אין די ערשטן אני-מאמין רח״ל, קען מען אביסל פארשטיין, נאך אלעס האט ער נעבאך נישט קיין וועג וואס זאל איהם אויפווייזן קליפ און קלאר אז: הוא בורא ומנהיג לכל הברואים.
אבער איינער וואס גלייבט אין אלע 11 אני מאמין, ער גלייבט דאך אין די תורה, ער גלייבט דאך אין חז״ל, מוז ער דאך אויך גלייבן אז משיח וועט קומען.
נאר וואס דען? ער איז דאך נישט געקומען שוין אזויפיל יאהרן.
דאס איז נישט קיין ערנסטע טענה, ווייל משיח דארף נישט קומען מער ווי איין סעקונדע אינעם היסטאריע, און אט די סעקונדע וועט זיין ווען עס וועט זיין. דאס וואס ער איז נישט געקומען ביז אהער, איז נישט קיין שום באווייז אויפן עתיד.
שוין. איך בין נישט דא געקומען מקטרג זיין אויף כלל ישראל, אבער איך האלט אז עס איז פון די דברים הצריכים חיזוק.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר