זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)

שליחה דורך זורח »

טייערע חברים,

און די קומענדע טעג הערן מיר זייער גוטע בשורות וועגן א נייע פראיעקט און ארץ ישראל וואס לאזט זיך ארויס און וועג, א פראיעקט וואס איך נאכנישט געזעהן אדער געהערט געווארן און די חסידישע וועלט, א פראיעקט וואס אלע חובבי און משתוקקי ארץ הקודש יודן חסידים וואס גלוסטן מיט א הייליגע רוף ארויפצוגיין זיך באזעצען אינעם הייליג לאנד ארץ אבותינו וועלן זיך דערפרייען ביז גאר דאס צו הערן.

צוליב וואס דער ענין איז נאכנישט פארפארטיגט געווארן, קענען מיר נאכנישט מגלה זיין קיין פרטים-איינצעלהייטן, אבער אזויפיל קענען מיר יא זאגן, אז הילף איז אויפן וועג, פאר אלע יודן וואס טראכטן, טרוימען און פלאנירן צו מאכן עליה, פון היינט און ווייטער גייט עס אסאך גרינגער ווערן, די יסורין שנקנה ארץ ישראל בהן גייט געמינערט ווערן, מיט טעכנישע הילף, פינאנציאלע הילף, לעגאלע הילף און א.א.וו. פון אלע זייטן שטייען גרייט ארגעניזאציעס און יחידים וואס זאגן צו, וואס זענען גרייט צו געבן, און צו העלפן מיט סיי וואס עס איז נאר מעגליך ביד רחבה.

דערווייל ערווארטן מיר צו הערן פונעם ברייטן ציבור ספעציעל פון דיר, צו זעהן מי ומי ההולכים, ווער זענען די וואס זענען אינטערעסירט ארויפצוגיין, וואס זענען די מניעות, מיט וואס קענען מיר בייהילפיג זיין, וואספארא סערוויסעס וואלט ענק געגעבן א שטופ אויף פאראויס, צו סיי וואספארא עצות טובות, ידיעות וואס די האלסט וועט ברענגן הצלחה און סוקסעס.

געדענקט ווי מער נעמען מיר האבן, ווי מער מיר הערן פון אלע שיכטן פונעם ציבור אלץ מער וועט זיין די פארשידענע הילף וואס מיר וועלן קענען צושטעלן פארן ציבור.

קליקט די לינק
http://goo.gl/forms/w7hSWR1UQZ
(אויב ארבעט עס נישט אויף אינטערנעט עקספלארער פרובירט מיט פייערפאקס אדער קראום)

א הערצליכן דאנק פון פאראויס

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר