זאכן וואס טויגן "נישט" פאר שלום בית

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
אור האמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:08 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

זאכן וואס טויגן "נישט" פאר שלום בית

שליחה דורך אור האמת »

יעדער איינער וואס האט חתונה, וויל באמת זיין א נארמאלע מענטש און האבן אמת'ע שלום בית, ס'מאכט זיך אבער, אז אמאל גייט א רוח שטות אריין אין קאפ, און נאכדעם קען מען שוין נישט טראכטן גראד, דארף מען צוקומען צו א דריטן וואס זאל העלפן טראכטן גלייךַ

וועל איך עפענען א אשכול, אויסצושמועסן וועלכע זאכן טויגן "נישט" פאר אמת'ע שלום בית. אזוי ווי די פארום דא איז בעסיקלי פאר מענער, וועל איך רעדן וואס איז נוגע פאר אונז מענער.

עס שטייט אין פסוק, "ואהבת לרעך כמוך", מ'דארף ליב האבן א חבר פונקט ווי דו האסט דיך אליינס ליב. קל וחומר א ווייב, וואס מיט איר דארף מען זיין ממש ווי איינס, איז אוודאי אז מ'טאר איר ח"ו נישט וויי טוהן.

אמאל מאכט זיך אז די ווייב וויל נישט טון דאס וואס דער מאן וויל, למשל מיט לבוש, עסן, בעדרום, אא"וו. דארף מען קוקן אויף די גרויסע בילד, וואס הייסט? אויב למשל אויף רוב זאכן אין לעבן שטעלט זיך די ווייב זייער פיין צו, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטען אז דו ביסט אריינגעפאלן מיט א גוטע ווייב.

איי ס'קוקט אויס ווי זי שטעלט זיך נישט צו צו מיר מיט אלעס, ווייל למשל איך וויל זייער שטארק אז זי זאל גיין מיט איין סארט שייטל, ווי איינער ברענגט ארויס אין א אנדערע אשכול, אבער דאס ווייב האלט נישט עכט דערביי.

אין אזא פאל וואס די ווייב וויל נישט, פאר וואטעווער ריזן, און די וועסט עס יא פארלאנגען, "וועט דאס זיכער שטערן פאר אמת'ע אהבה"!

פארוואס?

לאמיר ביי די פאל עס מסביר מיט א מענערישע מעשה. "משה" געהערט צו די באבובער קרייזן, ער דאוונט אייביג אין זייער שול און האט דארט זיינע חברים מיט וועם ער פארברענגט. יעדער איינער ווייסט אז אין באבוב גייט מען מיט הויכע ביבער היטן. איין טאג קומט ער אהיים, און זיין ווייב זאגט עם, "משה", אונזער נייע שוואגער יענקי גייט מיט א פלאטשיגע ביבער הוט, ער קוקט אויס זייער קיוט אזוי, כ'וויל אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אויך גיין מיט אזאנס! משה פראבירט צו זאגן אז ער איז א באבובער און אין באבוב גייט מען נאר מיט הויכע היטן, און ס'וועט עם זיין זייער שווער אריינצוקומען אין באבוב צווישן אלע זיינע חברים מיט א פלאכע ביבער הוט... די נמשל איז איבריג... ווער עס וויל פארשטיין, וועט פארשטיין!

אוודאי, אז אויב די ווייב שטעלט זיך נישט צו מיט אסאך זאכן, דארף מען גיין פאר הילף און זען וואס מ'דארף זיך אויסגלייכן, אבער רוב ווייבער ווילן זיך יא צושטעלן, נאר מ'דארף זיך קענען אריינלייגן אין זייער שיך, און נישט אזוי שטארק טראכטן נאר פון "זיך", אז זי זאל טוהן וואס "איך" וויל, ווייל אמת'ע שלום בית איז נאר דא ווען ביידע ווילן די זעלבע! איז מעגליך פאר ביידע צו ווילן די זעלבע זאך? יא, עס איז מעגליך.

ווען מ'וועט אייביג טראכטן וויאזוי מ'קען מאכן די ווייב מער העפי, און פראבירן זיי אמת'דיג צו פארשטיין, און ארבעטן אויף "זיך", און נישט זיין ביזי וואס זי דארף אלס טון פאר "מיר", וועט די ווייב, אויטאמאטיש אויך אזוי טראכטן, דעמאלט'ס איז מען שוין בעזר ה', א סטעפ "נענטער" צו אמת'ע אהבה!

---------

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר