טייוול'נישע טעראפיסטן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

טייוול'נישע טעראפיסטן

שליחה דורך צוויבל קניפער »

איך וואוין אין איינער פון די געדעכט באוואוינטע אידישע געגנטן אין ניו יאָרק, און אזויווי אלעס אכשר דרא ספּעציעל בענין מענטל און עמאציאנעלע הילף, איז דא א וויכטיגע פוינט וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, דאס אז אזויווי עס איז דא מלאכים בלבוש טעראפיסט פסיכאלאגן מחנכים וכדו' איז אויכעט דא מלאכי מוות, חיות רעות, נשמה עסער'ס וואס זעען א פעט ביינדל אין דעם אינדוסטריע און ווילן אויך נעמען זייער טייל אין דעם, אלזא דארף מען זייער אבאכט געבן אין וועמענ'ס הענט איר לייגט אריין אייער קינדער אָדער אייך אליינס ווייל א טעראפיסט קען אפטון מיט איין סעסיע מער וואס א פסיכאלאג קען אויפטון אין 10, אזויווי די באוואוסטע "דר" און "ראביי" פון מאנסי ר. פר.(פרעגט אין פרטי אויב נוגע) וואס איך אליינס ווייס פון מענטשן וואס זענען שוין כּמעט געווען בעולם שכולוַ טוב פון די מעדעצינען וואס ער האט געגעבן פאר אפאר פיאסטער ווען מען האט עס נישט געדארפט, אלזא, רבותי, טעראפיסטן זענען נישט קיין פערפעקט מלאכים, סך הכל זענען זיי מענטשן מיט די ריכטיגע טול (tool) צו פאררעכטן, א דריל קען ווערן געניצט צו אויפבויען אין פאררעכטן אבער א דריל איז אויכעט א טויט מאַשין אין די נישט ריכטיגע הענט, זייט פארזיכטיג!

Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר