שפילער האט געשריבן:דיכטער דו רעדסט דיר נאר אויס דיין פיין 'די סימפטומס'. געב ארויס די שורש פארוואס דו ביסט אזוי דעפרעסט ,
יוסף דעת יוסף מכאוב
אויב דו בוזט יא צופרידן בהאי עלמא אפשר זאג אונז דיין טריק, דאס וועט זיין מער נוצליך ווי צו וויסן פארוואס דיכטער איז דיפרעסט.
איך מיין אז רוב מענטשן זענען צופרידן, ווען איינער איז דעפרעסט איז ווייל ער איז דעפרעסט אבער נישט וועגן דעי סיבות נאר ווייל ער איז דעפרעסט און דאס זענען די תוצאות אז מען זעהט אלעס נעגעטיוו און מען האט פיינט לעבן , סא מיין איך כדאי צו עכט ארויסצוגעבן די צער און די פיין איז צו וויינען אויף די שורש נישט די תוצאות.
סאיז גלייך ווי איינער וואס זיין הויז האט די דאך א שפאלט און ער וויינט אז די פלאר איז שמיציג פון די רעגן אנשטאטס צו וויינען אז די דאך האט א לאך.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
אבער דאן קומט צוריק דעם ליידיגן געפיהל, כ'לויף צוריק צום שכל נאר צו געוואר ווערן אז קיין ענטפער האבעך נישט,
אלזא לאמיר זיך פארלייגן אויף די פראגמאטישע חלקים, כאטש דעם סיבת החיים בלייבט ווייטער צעמישט און צעחושט.
כ'וויל מער געלט אבער כ'האב נישט קיין נערווען צו ארבטן מער
ס'איז בעסער צו לעבן אין די דשונגל ווי מ'איז מסתפק במועט אהן ארבטן שווער
כ'וויל אנטלויפן פון די ריצת החיים, לעבן אין א געצעהלט צעווישן די גראז אין ביימער
זיך דערווארעם'ען אונטער די זון, זיין אליין מיט מיין נשמה, שמועסן מיט זיך אליין. גיימער?
זיין אליין איז טאקע גוט פאר א וואך צוויי, אבער כ'קען נישט לעבן נאר מיט מיר
כ'זיך אחים בדעה, נאך חברים איז נאך לעבן, הגם ס'שווער זיי צו טרעפן ווייל ס'דא לעוועל'ס בלי שיעור
אפשר גיי איך צוריק פאשן די שעפעלך, זינגן צו זיי מיט מיין הארץ און פידל'ע,
אפשר קען איך קאכן אין א רעסטאראנט נעבן די דשונגל, וועלן די טוריסט'ס קענען א ספיריטשול איד'לע
גרויסער גאט, באשעפער פון אלע, עפען מיין הארץ, ווייז מיך מיין וועג.
כ'בין גרייט צו הערן. כ'האב שוין פון לאנג אפגעלאזט דעם קנאה תאוה וכבוד געיעג.
אפי' ווען כ'בין ארום גענימען מיט אזויפיהל חברים בין איך אליין
כ'בין נאר מיטן זיך וואס איז דיך! דו טוהסט מיך פארשטיין!
עס שפירט זיך אומגעפער ווי נאכן פארלירן האפענונג. ווי א שפאן אוועק פון א צייט וואס מען האט געלייגט דערין אלע ערווארטונגען און זיך שוין געזען שטיין פון די אנדערע זייט אלס דער גליקליכסטע פון גליקליכקייט און דאן, ווי א זייפן בלאז, איז אלעס צערינען. נישטא קיין האפענונג אויף וואס זיך צו וואונטשן, וואס צו פָארקוקן און ווארטן. אלעס איז הויל, לער פון יעדער אינהאלט. ליידיג, פוסט פון יעדער געפיל.
wow wow הערליך געשריבן
איך האב גאטראכט ס'איז ווי א העליקאפטער וואס לאנדעט און לעשט אויס די motor די שטילקייט וואס איז דא נאכדעם אזא טויטקייט געפיל וואס מען האט
אגב פון ווי נעמסטו דאס אז נאכן זען ווי די לעבן גייט נישט ווי מען וויל, לעשט זיך אויס די שטארקע געפילן בכלל וואס מפלעגט האבן, ס'איז לכאורה אמת, איך בין נייגעריג פון ווי דו האסט עס געהערט