וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

וואס מיין ערפארונג האט מיר אויסגעלערנט - ביזנעס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דא אין שטיבל זענען פארהאנען פארשידענע מענטשן אין פארשידענע יארגאנגן. פארשידענע איבערלעבענישן זענען אונז אלע אריבער, און אנדערע קענען זיך אפלערנען דערפון. אז מ׳וועט דא מיטטיילען, וועט זיין א תועלת.

א. געלט קען נישט זיין די איינציגסטע סבה.

יא, מ׳דארף לעבן און מאכען א לעבן. טאמער אבער איז געלט די איינציגסטע סבה אריין צו גיין אין א ביזנעס קען מען שנעל ווערן אנטוישט. און אפילו אז מ׳מאכט געלט, בלייבט א לאך אין הארץ וואס מאכט פראבלעמן. ווען געלט איז די איינציגסטער טרייב, קען מען לייכט קאראפטירט ווערן.
זוך עפעס אין וואס דו האסט א געשמאק. איינער וואס האט ליעב די אדרענאלין פון קלאוזאוטס, זיך מיטהאלטן מיט די טריקס אוו די טרעיד וכדו׳, גיי אריין דערין. האסט א חוש אין צוזאם שטעלן דיעלס, טו דאס. אבער סתם פליפען בילדינגס ווייל מ׳האפט צו זען מיליאנען מאכט אסאך פראבלעמן.

ב. דיין גרעסטע אסעט איז דיין צייט.

אז מ׳קויפט עפעס פאר א דאללאר און מ׳פארקויפט עס פאר פינף, וויפיהל האסטו געמאכט? אז דו זאגסט פיהר דאללאר, וועסטו זיך אייביג וואונדערן פארוואס די חודש ציט זיך אזוי לאנג נאך דעם וואס די געלט איז שוין נאר א זכר. די צייט וואס דו לייגסט אריין האט אויך א ווערט. און נישט נאר דעם, נאר די גרעסטע ווערט וואס איז דא. הן לגבי מאכען געלט, הן אין פערזענליכע לעבן. האלט קאפ וואו די צייט גייט.

ג. דיין טאלאנט איז נאר איין חלק דערפון.

לאמיר זאגען דו קענסט זינגען. פיין, דאס קען ברענגן א שטיקל פרנסה. אבער זינגן איז נישט די גאנצע זאך דארט. געדענק אז מ׳דארף טרעפן קאסטומערס, אפמאכען מיט זיי, קויפען געצייג, פאררעכטען געצייג, מאנען דאס געלט ועוד. גיי נישט אין ביזנעס איידער חלקים זענען געדעקט. דאס גילט ביים שרייבען ארבעט אדער סיי וועלכע סערוויס. דאס וועט אויך קאסטן צייט, א סאשעל ווארקער׳ס אדער א פסייקאלאדזשיסט׳ס שעה איז 45 מינוטן פאר א סבה.

ד. וואס מ׳קען טון היינט, איז שוין חמץ מארגען.

דאס אפשטופען זאכען אן א סבה איז די אורזאך פאר טויזענטער פראבלעמן. טאמער עס קען געטון ווערן היינט, איז דאס שוין א פירכא אויף די טענה ׳מ׳ עס מארגען טון׳.

ה. טון א גוטע דזשאב איז בעסער ווי אסאך דזשאבס.

עס פאסירט אז מענטשן האבען מורא צו זאגען ניין צו א דזשאב, ווייל זיי טראכטן אז דאס איז ארויס געווארפענע געלט. וויבאלד צייט איז דיין אסעט, מאך זיכער אז עס איז נישט ארויס געווארפענע צייט.

גענוג פאר יעצט, ביטע צולייגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר