אינטרעסאנטע זאכען צו ליינען

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

אינטרעסאנטע זאכען צו ליינען

שליחה דורך היסטאריע »

אויף היברו בוקס איז דא א ים מיט אינטרעסאנטע ספרים וואס איז אינטרעסאנט, יעדער איינער אין זיין צייט.

געוועהן א איד געהייסען מנשה אונגר מער איבער אים דא.

עס איז דא פינף ביכער פין אים אויף היברו בוקס.

פאר תשעה באב טאמער איינער וויל זיין בעצבות און שפרונגען פין מעשיות פין אידען און די וועלט מלחמה, אדער פין העראיזים פין אידען וואס האבען זיך מוסר נפש געוועהן אויף מצות אין דער צייט פין דער מלחמה, זענען דא די צוויי פאלגענדע ביכער

איינס הייסט דער גייסטיקער ווידערשטאנד פון יידן אין געטאס און לאגערן
כשמו כן הוא, משוגענע פלא'דיגע מעשיות פין אידען וואס האבן זיך מוסר נפש געוועהן צו עסען מצה אדער זיצען אין סוכה און אנדערע מצוות אפילו ווען זיי זענען געוועהן אונטער דער שווערד.

דער צווייטע הייסט ספר קדושים
דאס איז מעשיות קורצע ביוגראפיעס פין רבי'ס וואס זענען געהרג'ט געווארען אין דער מלחמה דורך די פארשאלטענע נאציס.

נאך א גאר אינטרעסאנטע באלערענדע בוך פין אים אויף היברו בוקס איז דער בוך אויף פשיסחא און קאצק, ווי ער לייגט אראפ קאצק מיט א אייזערנע פעדער, ממש צו באלעקען די פינגער פין זיין שרייבעכץ, ער פירט דיר אריין אין דער אמאהל, מען קען מיינען מען איז דארט. פשיסכע און קאצק

ליינט און האט הנאה (מיט דער ניגון פין ובלכתך בדרך).
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר