איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1445 מאל

איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך דיכטער »

דאס לעבן איז שווער, עס איז נישט גרינג. עס איז פיל מיט מיטשענישן און אנטוישונגען, פארפלייצט מיט שטרויכלונגען און דורכפעלער, רינט איבער פון פיל פלאג און מי.

מיר, עקזיסטירענדע וועלט בירגער זענען דאך לעבעדיגע עדות דערצו. יעדן טאג פון פריש פאנגען מיר אן אונזערע שווערע ארבעט, מיר ווערן איבערגעשטרענגט פיזיש און איבערהויפט גייסטיש פון אלע אונזערע טעגליכע אויפגאבעס און נאכאנאנדע פאראנטווארטליכקייטן. מיר יאגן נישט נאך דעם טאג און דערגרייכן נישט דער נאכט, מיר קומען נישט נאך אונזערע פארלאנגען און קענען נישט ערפילן אונזערע געברויכן.

טאמער קענט איר זיך נישט אידענטיפיצירן מיט דעם אויבנדערמאנטע פאראגראף דאן זייט צו וויסן דאס איז זענט פון די ווייניגער, פון די מיאריטעט וואס טרעפט זיך, אויף עפעס אן אופן, א וועג אדורך דעם שטראז.

דער מערהייט ווערט אויסגעקוועטשט, צוזאמגעדרוקט און אויסגעפרעסט. קיין געלט קיין ליבע קיין ליכטיגס און קיין גענאד.
מיר ווערן געבוירן נאקעט, ליידיג און אומבאהאלפן, לעבן זיך צאם א לעבן פון זארג, פיין און לייד און נידערן אין גרוב לער, ארעם און מאכטלאז.
אלזא פרעגט זיך די שווערע שאלה טייערע חברים, צו לוינט זיך דען דאס לעבן צו לעבן? איז דען ווערד צו זיין עקזיסטירענד?

• פאר די פארמינוטיגע שעות קורות רוח וואס קומט באגלייט מיט וואכן פון פלאג.
• ‏פאר די עטליכע מאמענטן פון הויכע גוסטע וואס קומען פארשלייערט מיט שיכטן פון אייז.
• ‏פאר די קורצע סקונדעס שפיזיגע הויכפונקטן אין געשלעכט-פארבינדונג וועלכע באווייזן דעם מענטש צו פאר'שיכורן און דאן לאזן איהם הונגערן צום טויט.
• ‏פאר די גייסט וואס לעכעצט און דער קערפער וואס פוילט.
• פאר די נישטיגע פארגעניגן וואס קומט נאך פיל קווענקלענישן און גרויסע זארגן.

צו וואס?

יעדער געזעלשאפט, קאלטור און פאלק האט זיך געמיטשעט מיט דעם פראבלעם אויף איין וועג אדער אויפן אנדערן, אבער אלע האבן זיך געזען דערין.
אין א פארזוך צו ענטפערן דעם פראבלעם, האבן זיך געשאפט דורכאויס די היסטאריע, פילע וועגן און מעטאדן וויאזוי דאס צו לעזן אדער אימווייניגסטס מינדערן דאס מערסטע מעגליך.

די אלע מהלכים און מעטאדן וויאזוי בייצוקומען דער פראבלעם, קענען צוטיילט ווערן אויף עטליכע קאטעגאריעס, ווי פאלגענד:

• דער ערשטע איז רעליגיע, דאס איז דער אמונה אז אונז זענען א טייל פון א גרעסערע פלאן, גרעסער און וויכטיגער פון וואס אונזערע פארשטאנד קען דערגיין. איינע פון די שטערקסטע פונדאמענטן אין כמעט יעדער רעליגיע איז אז די אלע פיין וואס מיר ליידן זיך צוזאם אויף דעם וועלט איז נישט אימזיסט און מיר ווערן ערליכערהייט באצאלט אויף אונזערע מעשים און יעדער צרה וואס מען האט איז אויסגערעכענט ביזן לעצטן איינצעלהייט.

• דער צווייטע איז חכמה, דאס איז לערענען און טראכטן, דענקען און דערגרינטעווען, אנאליזירן און פארשטיין דער וועלט אין וועלכע מיר האבן זיך געטראפן וואוינען און דערמיט פרובירן צו דערגיין אירע געהיימניסן. די חכמים און טיף-טראכטער סטימולירן זייערע קאפ מיט טיפע פשעטלעך און האלטן זיך פארנומען מיט שווערע חשבונות וועלכע טראגן זיי אוועק ווייט פונעם פיזישן וועזן.

• דער דריטע איז מאטעריאל און דאס איז איינפאך שלום מאכן מיטן מצב. אין דעם וועלט לעבן מיר, לאמיר טון און זיך באקוועם מאכן דאס מערסטע וואס איז שייך. אין דעם קען ווערן אריין גערעכענט טעכנאלאגיע וועלכע קומט מיט אן הצעה, מיר אלע זענען דא פארשפארט פאר א צאל יארן, לאמיר אפיר נעמען אלע אונזערע מעגליכקייטן און זען ווי אזוי מיר קענען זיך באקוועם מאכן דאס מאקסימום וואס איז מעגליך און פרובירן צו פירן א רעגלמעסיג, גוטע לעבן.

• דער פערטע איז פסיכאלאגיע, דאס איז אנאליזירן דער געדענקענגאג פונעם מח. וואס מאכט דעם מענטש טראכטן אזוי צו אזוי, וואס ברענגט איהם צו שפירן א געוויסע געפיל און וואס ליגט אונטער זיינע אקטן און טאהטן. פסיכאלאגיע פרוביט צו אנאליזירן און דערגיין די אלע פראגעס און מיט די אינפארמאציע וויל זי פירן די געדאנקען און די באוואוסטזיין אויף רואיגע רעלסן.

• דער פונפטע איז איינפאך אנטלויפן. לויפן ווי ווייט דער זעל קען נאר, נוצנדיג סיי וועלכע שוץ ברעט עס ליגט נאר ליידיג, צו זאל דאס זיין טרינקען, רייכערן, זיך אנוועפן, זיך אויפהייבן אין די לופטן און שוועבן העכער אלע דאגות און טרדות. אין דעם גייען אריין אלע ערליי עדיקציעס און אנגעהאנגענקייטן אין וועלכע מענטשן פאלן אריין וואס איז אומשטאנד זיי אוועק צו פירן פון וואו זיי זענען און מאכן פילן גוט און רייך, דערהויבן און אנגעפילט.

הצד השוה שבהם אז דאס זענען אלע מעטאדן וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן זעלבן פראבלעם אין וועלכע יעדער איינציגע האמאסעפיאן טרעפט זיך נאכן לאנדען זיינע פיס אויפן קאלטן ערד קוגל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר