ביטקוינס Bitcoin

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

ביטקוינס Bitcoin

שליחה דורך אבטולמוס »

דער אינטערנעט נעמט היינט איבער די וועלט, און מענטשן פארברענגען כמעט מער אין דער ווירטואלער וועלט ווי אין רעאליטעט... אויף אינטערנעט פארברענגען מען, מען שמועסט, מען קוקט, מען לייענט, און מען קויפט. איז דאך שוין העכסט צייט אז אויפ'ן אינטערנעט זאל עקזיסטירן אן אייגענע וואלוטע פונקט ווי יעדע מדינה אין דער וועלט. פארוואס זאל מען נאר קענען באצאלן אויף דעם אינטערנעט דורך קרעדיט-קארטלעך און באנק-קאנטעס, פארוואס זאל נישט זיין קיין אפציע צו באצאלן מיט גרינע קעש?

בילד

אט דא קומט אריין "ביטקוין". ביטקוין איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2009' און איז א וואלוטע ("קארענסי" בלע"ז) ספעציעל פאר דעם אינטערנעט. מען קען אויפטוישן יעדע וואלוטע אויף ביטקוינס, און מיט דעם קען מען באצאלן אויף דעם אינטערנעט פונקט ווי מען וואלט באצאלט מיט קעש. יעדער מענטש קען האבן א ביטקוין קאנטע און קען פירן דאס געלט צו א צווייטן אן ארויסגעבן זיין אידענטיטעט.

ביטקוין איז שטארק געווען אין די נייעס עטליכע וואכן צוריק ווען עס איז אפגעשפארט געווארן א וועבסייט מיט'ן נאמען "סילק ראוד" וואו מ'האט געקענט קויפן כל ערליי קאנטראבאנד ווי דראגס און וואפן, און די באצאלונגען זענען געגאנגען מיט ביטקוינס.

ווי ביי יעדער וואלוטע, האלט די ווערד פון די ביטקוינס אין איין שטייגן און פאלן. אין דער תקופה פאר "סילק ראוד" איז אפגעשפארט געווארן האט איין ביטקוין געקאסט ארום $250, אבער דער פרייז איז דערנאך געפאלן צו ארום $150. אבער אין די לעצטע וואכן איז די ווערד געשטיגן גאר הויך, ביז צו א קלימאקס אום נאוועמבער 29 ביי $1124.76. אינוועסטירער רעקאמענדירן דערווייל צו אינוועסטירן אין ביטקוינס נאר געלט וואס מ'קען זיך ערלויבן צו פארלירן. די וואלוטע איז נאך זייער האקן, און וואקלט זיך יעדן טאג מיט גרויסע פראצענטן. אין די לעצטע 24 שעה אליין איז עס געפאלן מיט איבער $100, פון $875.

איבער דער צוקונפט זענען פאראן חילוקי דעות. מאנכע זאגן אז דאס איז אן אויפגעבלאזענע איי, און די גאנצע וואלוטע וועט צונויפפאלן און גארנישט ווערד זיין, ווידער אנדערע האלטן אז דאס איז דער צוקונפט, און עווענטועל וועט דאס מעגליך איבערנעמען רוב דידזשיטאלע פינאנציעלע טראנזאקציעס.

דער אשכול פארמאגט 408 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר