אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
ניקסאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף

שליחה דורך ניקסאן »

א גוטן צו אלע מיטגלידער דא.
איך בין אן אלטע ליינער דא, אבער איך מיין אז דאס איז מיין ערשטע תגובה.
איך וויל אויסשמועסן א טעמע וואס איז מן הסתם נוגע נאך מענטשן דא, און איך האף אז מיט'ן שרייבען און אויסשמועסן דא וועט מען קענען אביסעל מברר זיין דעם ענין.
ס'איז שוין געשמועסט געווארען כמה פעמים בדרך אגב, אבער איך מיין אז ס'איז דערווייל נאכנישט ארויסגעברענגט געווארען מיט באק ציינער.
איך וועל עס רופן "אינטערנעט עדיקשאן" אבער באמת מיין איך צו רעדן פון סעק*ס עדיקשאן וואס עפ"י רוב ווערט היינט געטוהן אויפען אינטערנעט.

איך וועל אנפאנגען מיט די מציאות הדברים.
דער בוכ"ע האט באשאפען זיינע ברואים, מענטשן און בע"ח, אז זייער סיסטעם מאנט פון זיי זיך אויסצוגעבן די סעקסשואלע געברויך א יעדע שטיק צייט, אנדערש ווי א מענטש דארף עסן, טרינקען, שלאפן מיום הוולדו, ווערן אבער די סעקסשואלע געברויכען און הארמאנען דעוועלאפט צוביסלעכווייז, אויף פארשידענע אופנים, יעדער מענטש לויט זיין פיזישע און מענטאלישע געבוי, און פארשטייט זיך לויט די געזעלשאפט וואו ער ווערט ערצויגן.

פארשטייט זיך ביי יעדעם ארבעט עס אנדערש, ס'איז דא מענטשען מיט גאר סענסיטיווע היצליכע הארמאנען, וואס ווערט אנגערופן א הויכע ס**ס דרייוו, און ס'איז דא מער רואיגערע נאטורן וואס קענען זיך מער באהערשן זייערע הארמאנען.
דאס אלעס ביז אהער איז נארמאל.

ס'איז אבער דא אזאנע וואס דאס גייט צו א ווייטערדיגע שטאפל, ס'ווערט אן עדיקשאן.
בעפאר איך פאנג אהן וויל איך מקדים זיין, אז כמה פסיכאלאגען און דאקטורים זענען נישט מכיר אין די מציאות פון ס**ס עדיקשאן, והספרים פתוחים יעדער קען דאס נאכקוקן, אבער באמת צו ס'הייסט פונקטליך עדיקשאן צו נישט איז נישט אזוי ווייט נוגע, דער פראבלעם איז זיכער א פראבלעם וואס פלאגט א געוואלד פון מענטשן איבער די גאנצע וועלט.

מ'רעדט פון מענטשן וואס זייער סעקסשואלע געברויך נעמט זיי איבער און זיי האבען נישט קיין שליטה איבער דעם, זיי טוהען זאכן וואס זיי וואלטן נישט געוואלט טוהן, זיי פארברענגען שעות ע"ג שעות פון זייער טייערע צייט, זיי פארפאסן אפערטוניטיס אין לעבן, זיי גייען אויף פלעצער ווי זיי וואלטן נישט געוואלט גיין, ווען די בולמוס כאפט זיי אהן קענען זיי ארויסגיין פון גלייכגעוויכט בכמה מיני אופנים, איש איש כפי מצבו ועדיקשינו.

בכלל ווערט די סעקסשואלע געברויך א זאך וואס שטערט און לאזט נישט דעם מענטש אנקומען צו זיינע ריכטיגע לעבנס ציהלען, צוביסלעך ווערט ס**ס דער ענטפער אויף א יעדע קאנפליקט און א יעדע געפיל, דער מענטש הערט אויף צו שטייגן און פאלט אריין אין א סירקעל פון עדיקשאן, מ'לעבט אין א פארנעפעלטע חלום, מ'שפירט נישט קיין קאנסיסטענט געפילן. מ'קען שרייבען און שרייבען און נישט אויפהערן צו שרייבען וואס דאס טוהט צו דעם מענטש, די שורש איז אבער אז דער מענטש איז נישט אין קאנטראל פון זיך אליינס, און דאס צו'הרג'עט א מענטשנ'ס סיסטעם.

ווער ס'ליידט פון דעם, און ער איז אפן מיט זיך, ווייסט אליינס וואס פאר א חורבן דאס איז. די מציאות איז אבער אז זייער אסאך פון דיע וואס לעבן מיט דעם פראבלעם, לעבן אין denial, זיי גייען זיך אויסגעבן און נאכדעם לויפן זיי אוועק פון דעם, און פארגעסן בכלל ווי זיי זענען געווען. זיי קענען נישט משלים זיין אז איך "הרב פלוני" זיצט שעות אויף פארן וועבזייטלעך און איז זיך ממשמש בידים כמה פעמים ביום או בשבוע או בחודש, ס'שטימט נישט מיט זייער מציאות, מיט זייער בליק אויף זיך אליינס, מיט זייער קאמיטמענט צו זיין ווייב און קינדער, מיט זיין קאמיטמענט צו גאט וכו', ממילא לעבן זיי אין דינייעל, זיי דערשטיקן דעם אנגייענדיגע מציאות. דער פראבלעם פון לעבן אין דינייעל איז א צרה פאר זיך ,א מענטש וואס האט א גאנצע באהאלטענע לעבן וואס ער באהאלט פון זיך, פון זיין משפחה, פון זיין גאט, וכו', אזא מענטש ווערט דיסטארטעט, ער שטימט נישט, ער איז אפאר מציאות'ן, ער שטימט נישט מיט זיך אליינס, ער איז נישט בשלום מיט זיין מציאות, ער לויפט פון איין מציאות צום אנדערן.

די תוצאות פון אזעלכע מענטשן איז ביי יעדעם אנדערש, ס'דא אזוינע וואס ס'וועט גורם זיין צו מאכן פארשידענע דראסטישע שינוים אין זייער לעבן, זאכן וואס זיי האלטן נישט באמת ביי דעם,אבער דעם גרויסן דחף פנימי שטופט זיי און נעמט זיי איבער, און פון גרויס פרעשור טוען זיי זאכן וואס זיי האלטן אז ס'וועט זיי העלפען זיך באפרייען פון די עדיקשאן, ס'דא אזאנע וואס מאכען שלום מיט די מציאות איך קען מיך נישט באהערשן, און שטעלן זיך אויס אזא דאבעל לייף סיסטעם, זיי געבן אויף זייערע גאולס און זיי לעשן זיך אויס זייער סיסטעם, נישט זעענדיג קיין מהלך ארויס פון זייער תפיסה.

ס'וועט אוודאי זיין אזעלכע דא וואס וועלען צוטשעפענען דעם פראבלעם צו אונזער אזוי גערופענע "סיסטעם", די ווייבער זענען שולדיג, זיי זענען צו פרום, די תורה איז שולדיג מיט'ן געבן איסור נדה וכו', למעשה כד נעיין איז די פראבלעם א גלאבאלע, עס פלאגט מענטשן פון אלע ראסעס, רעליגיעס, בעקגראונדס, איז זעהט זיך אויס אז די וועלטליכע סיסטעם איז פונקט אזא גורם ווי אונזער לאקאלע סיסטעם.
(ס'איז דא ביי אונז אזעלכע וואס לעבן א דאבל לייף נישט אלץ עדיקשאן, נאר אלץ קאמיוניטי פרעשור, אבער איך רעד נישט פון דיע סארט).

למעשה ווער ס'דרייעט זיך אויף די אינטערנעט ווייסט פון די וועבזייטל guard your eyes, זיי גייען מיט די 12 סטעפ מהלך וואס איז אריגינעל פארמירט געווארען פאר אלקאהאל עדיקשאן, ווי מיליאנען מענטשען איבער די וועלט וואס האבען טרינקען פראבלעמען קומען זיך צאם יעדען טאג צו די סארט גרופעס און ארבעטן אויף די 12 סטעפס. די וועבזייטל ווערט אנגעפירט דורך דעם אלעמען באקאנטן ד"ר ר' אברהם יהושע טווערסקי, ובלע"ז A J Twerski, ווער ס'האט נאר אמאל מעיין געווען אין זיינע ביכער ווייסט צו זאגען פון זיין גרויסע אנהענגעניש אין די 12 סטעפ פראגראם, ביי עם איז עס א בחינה פון הפך בה והפך בה דכולא בה, און ס'ווערט גע'חזר'ט אין זיינע 50 ביכער בכמה אנפין, און ווי ער שרייבט גייט ער אליינס צו די מיטינגס און ער ארבעט אוכט אויף די 12 סטעפס (וצ"ע אם סיבת בואו הוא משום איזה אחיזה של עדיקשאן שיש לו, או רק שנראה לו מהלך החיים של הי"ב מדריגות, ויש כמה מצדדים לכאן ולכאן, ולא אאריך בדברים שאינם נוגעים למעשה. יש לו ג"כ ב"א מרדכי טווערסקי מפלטבוש, אדמו"ר מהארנאסטייפעל או אדמו"ר מהאגאטשאוו בפי כמה, והוא כמו דודו ג"כ חסיד נלהב מכל הנ"ל, ואכמ"ל).

די 12 סטעפס איז א סוגיא ארוכה מאד, ס'האט אין זיך אסאך אינטרעסאנטע חלקים, און איך וועל אפשר שרייבען אמאל מער באריכות.
למעשה די סטאטיסטיקס ווייזן אן אז ווען ס'קומט צו ס**ס עדיקשאן האט די 12 סטעפס א קליינע סוקסעס רעיט.

מיין מטרה אין דעם אשכול איז:
ווער ס'ווייסט מער וועגן דעם נושא, ווער ס'וויייסט פון אזאנע וואס זענען ארויס פון דעם, סעלף העלפ ביכער, טעראפיסטן, וכו', ווערט געבעטן בואו לאחיכם לעזרה, ס'איז זיכער דא צווישען די ליינערס וואס קענען נוצן הילף למחצה לשליש ולרביע.
ווי אויכעט אויב איינער וויל עפעס מגיב זיין און איז נישט באקוועם צו ניצען זיין ניק, קען מיר אישי'ען און איך וועל עס ארויפשטעלן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ניקסאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר