ברור לך בית דין יפה

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

ברור לך בית דין יפה

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווי באקאנט איז דא גאר אסאך אנגעווייטאגטע מענטשען וואס האבען פארלוירען א דין תורה, און זיי זענען מלא טענות אויף די דיינים, אז זיי זענען געוועהן קאראפטירט, און צו מאל זענען זייערע טענות גערעכטע, צו מאל נישט.

זייענדיג אליין א מיטגעמאכטע פין די בית דין סיסטעם, וואס מיין פרנסה האט געברענגט (ביטע נישט קיין דעטאלען) אז כ'האב מיר געטראפען אין דין תורה מערערע מאל, פיל איך אז איך קען געבען מערערע טיפס און עצות וואס צו טוהן אין פאל ווען מען נויטיגט זיך אין א דין תורה.

צום ערשט, א דין תורה איז א פלאץ וואס מען ברויך גיין נאכדעם וואס מען האט שוין אויסגעניצט אלע וועגען זיך אדורך צו קומען מיט'ן בעל דין, קיינער זאל זיך נישט איינרעדען מיט דער הנחה, אה, כ'וועל אים רופען אין דין תורה, כ'וועל אים ווייזען, נישט נאר וואס רבנים דיינים בוררים האבען נישט ליב דער רוח המחשבה, (טאמער א רב בורר טוען הערט דיך אויס ווען די ביסט אין דער כ'וועל אים ווייזען גיסטע, שטיי אוועק פין אים כמטחוי קשת, ווייל ער איז ווערט א געשאסענער בולעט, אזוי ווי ס'וועט שפעטער נתברר ווערען), איז עס א סטופיד מהלך, א דין תורה איז נישטא איינעם צו ווייזען און אריין צו ריקען וכו', א דין תורה קען דיך נאר העלפען ווען ס'איז דא פונדאמענטעל חילוקים צווישען דיך און דיין בעל דין, וואס מען קען נישט אויסגלייכען מיט הסברים טענה'ן און בעטען זיך ביים בעל דין זאל זעהן דיין צד, און האפענטליך ביסטו באמת גערעכט (העי, ווער איז נישט?) און די וועסט קענען איבערצייגען דריי רבנים אז די ביסט גערעכט.

אבער, טאמער קען מען איבערצייגען דער בעל דין אדער בעיקר זיך אליין איבערצייגען אז עס איז דא א מהלך וואס א ווין ווין בלע"ז, די מוזט נישט האבען ממש אויף דעם אופן וואס די ווילסט, קענסט עס האבען בדרך ובאופן אחר וואס דעמאלס איז דיין בעל דין אויך צופרידען, טוה עס, זיי נישט קיין נאר, און לאז אפ דער פארקוועטשער עקשנות, עס לוינט נישט.

כ'וויל בעטען אז מען זאל נישט אריין מישען דא דער לעצטער דין תורות צווישען קהילות גדולות, ווייל יענץ קומט נישט דא אריין, כ'וויל רעדען וועגען דין תורות פין יחידים בעלי בתים וואס האבען ביזנעס סכסוכים, נישט קיין מלחמת עמלק, משום כמה טעמים מובנים, ובעיקר ווייל ווען מען רעדט פין קהלות מחלוקת פארלירען רוב מענטשען די גלייכגעוויכט, און רעדען אין עולם התוהו אריין און דער עיקר מטרה פין אשכול, וויאזוי צו קענען העלפען יחידים וואס זעהן זיך מיט א הזמנה, וועט פארלוירען גיין.

כ'וועל ממשיך זיין אי"ה שפעטער און נאך שבת, מיט מער דעטאלען וועגען פארשידינע בתי דין וואס שפראצען אויף ווי שוואמען נאך א רעגען, און טוענים, פראבלעמען פין גרעסערע בתי דין וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר