היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

היט דיינע אויגן- Guard Your Eyes

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]בחסדי השם יתברך האט זיך אויסגעשטעלט די מציאות אז גאנץ אפט באקום איך אין אישי א שאלה. עס קען זיין א שאלה אין הלכה אדער אין שלום בית וכדומה. ב"ה אז איך האב געהאט די זכיה צו העלפן א שיינע פאר ניקס דא אויף ק"ש. צווישן די שואלים האט זיך געמאכט עטליכע וואס האבן געסטראגלט בעניני קדושה, זה בכה וזה בכה. לויט מיין ריסערטש וואס איך האב געמאכט האב איך זיי געשיקט צו די וועבסייט פון היט דיינע אויגן - Guard Your Eyes. ווי איך האב פארשטאנען קען מען דארט טרעפן עצות און חיזוק אויף די ענינים. אזוי אויך קען מען דארט טרעפן און מאכן סופפארט גרופעס וואס זיי פארשטייען זיך איינער מיט די צווייטע און אזוי קריכט מען צוזאם ארויס פון די פראבלעם.

איינער פון די וואס איך האב געשיקט אהין, האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א געוואלדיגע הצלחה און קריכט ארויס פון זיין פראבלעם. מתוך זיין התפעלות האט ער געוואלט אז מען זאל שרייבן אן ארטיקל דא אויף ק"ש, כדי אז אנדערע ניקס דא זאלן האבן א קלארע ידיעה פון דעם, און אויב זיי אליינס דארפן הילף זאלן זיי וויסן אז עס עקזעסטירט די הילף און סופפארט, מיט אייין קוועטש פון א קנעפל. ער אליינס איז נישט געווען גרייט צו שרייבן צוליב זיין כבוד, האט ער מיר געבעטן אז איך זאל איבערגיין מיט אים די סייט און מאכן אן אשכול אויף דעם.

אונז זענען איבערגעגאנגען די סייט במשך פון א צוויי וואכן וואו ער האט מיר צוגעוויזן געוויסע ארטיקלעך און שיעורים. אזוי אויך האט ער מיר געוויזן די אשכולות, ובתוכם אשכולות וואס זענען נאר אפן פאר מעמבערס. איך בין ממש אין התפעלות פון וואס עס האט זיך אנטדעקט פאר מיינע אויגן. איך האב נישט די ווערטער דאס מסביר צו זיין, ווי מען זעהט אז מענטשן וואס האבן זיך געמוטשעט יאהרן לאנג מיט די ערגסטע דרגה פון שמוץ, רייסן זיך אפ פון די שווערסטע מצבים. מען קען מיטהאלטן וויאזוי הונדערטער און אפשר גאר טויזנטער רייסן זיך אפ און טוישן זייער מהלך החיים לטוב, און ווערן אויפגעראכטן.

כאטש אז מען האט שוין דא און דארט געשריבן געוויסע תגובות איבער דעם סייט, איז עס נאך נישט אויסגעשמועסט באריכות. והניחו לי מקום להתגדר, אז מען זאל דאס צונעמען אויף קליין געלט ליהנות בהם בני אדם. אויב איך וועל מזכה און דורך דעם אשכול וועט איינער טרעפן זיין ישועה, יהא זה שכרי.

קודם איז כדאי צו קוקן אויף די הויפט זייט. דארט אין די צענטער איז דא א ווידיאו פרעזענטאציע וואס זאגט דעם מענטש אז ער האט האפענונג און ער זאל זיך באנוצן מיט טולס פון דעם סייט. דער פראפעסיאנאלער ווידיאו ברענגט ארויס די מטרה פון דעם סייט און וויאזוי צענדליגע טויזנטער, יא צענדליגע טויזנטער פון אלע שיכטן און קרייזן (אינקלודינג נישט אידישע) זענען געהאלפן געווארן דורך דעם סייט.

גאנץ אויבן איז דא א לינק צו די פריווענטשאן סייט. ווי איך פארשטיי איז דארט דא פשוט'ערע טיפס פאר מענטשן וואס ארבעטן אויף שמירת עינים כדרך כל הארץ. מען קען זיך אויפסיינען צו באקומען טעגליכע אימעילס. מען קען דארט הערן ווידיאו און אודיאו שיעורים אויף דעם נושא. און אזוי אויך איז דא דארט לייען מאטעריאל. עס איז אויך דארט דא טיפס מיט עצות פאר עלטערן מיט מחנכים. מען קען דארט טרעפן וויאזוי מען קען הערן לייוו שיעורים און קאנפערענס קאלס וכדומה. על פי רוב איז אין דעם בלעטל געמאכט פאר איינער וואס איז נישט טיף געפאלן.

צוריק צו די הויפט זייט. מען קען ווערן איבערגענומען פון וויפיל ריסארס זיי האבן דארט צוגעשטעלט. זיי האבן א הענד בוק, וואס יעדער קען דאונלאודן. דארט ווערט ארום געשמועסט איבער 20 עצות ודרגות אין דעם סטראגל. זיי רעדן איבער יעדן צו ריכטיג אפשאצן זיין מצב און לויט דעם זאל ער פראבירן די עצות וואס זיי געבן. אויב דער עצה העלפט נישט גיי ארויף צו די שטערקערע עצות. איינע פון די עצות וואס זיי זענען מציע איז די עצה פון די 12 סטעפ פראגראם. וואס דאס אליינס פאדערט פאר זיך אן אשכול. על כל פנים פון דעם האנד ביכל קען מען אנהייבן די עבודה.

איך גיי זיך אפשטעלן אויף צוויי מיטלען וואס איך האב מער דורכגעטוהן און עס איז כדאי אויסצושמועסן. איינס איז די 90 טאג טשארט. דאס איז א סיסטעם אז יעדער חבר שרייבט זיך איין אז גייט ציילן 90 נקיים וואו ער גייט האלטן חשבון זיינע ריינע טעג. מען זעהט א ליסטע פון הונדערטע אידן וואס קריכן אויף די לייטער פון 90 טעג. אויב מען איז געפאלן דעמאלס הייבט מען אן פון אנהייב. עס איז נישט ימים הראשונים יפלו, נאר מען האלט חשבון סך הכל און חשבון פון די איצטיגע חשבון און חשבון פון די לענגסטע שטרעקע וואס מען איז געגאנגען. נאטירליך איז אז גאר אסאך וואס הייבן אן פאלן אראפ פון די טשארט. אבער מען זעהט ווי רוב זענען שוין כמה פעמים געפאלן און צום סוף דערהייבט מען זיך. מען קען זעהן וואו איינער וואס איז געווען ריין פאר 600 טעג און יעצט האלט ער ביי 21 טעג!! עס איז כדאי פאר אזעלכע וואס האבן נישט די נסיונות זאלן דאס אויך זעהן.

די צווייטע זאך איז די פארום. עס איז דא טויזנטער אשכולות ווי יעדער טיילט מיט זיינע נסיונות. איש את רעהו יעזורו, מען העלפט זיך מיט טיפס און עצות. דארט קען מען זעהן ווי מאנכע שרייבן ארויס זייערע מיטמאכענישן, אז עס איז נתפעל צו ווערן וויאזוי מענטשן דראפען זיך ארויס פון לייבן גרוב. אודאי איינער וואס מוטשעט זיך אליינס באקומט גאר אסאך חיזוק פון די אשכולות. מען זעהט ווי ערליכע חשוב'ע אינגעלייט וואס זענען געפאלן פון דעם ענין און זיי קומען ארויס פון איזאלאציע און דורך דעם קענען זיי זיך מתחזק זיין. עס קען קומן טרערן צו זעהן וויאזוי מאנכע מוטשען זיך און ווילן באמת זיך היילן פון דעם קרענק. דארטן זעהט מען ווי איינער פארשטייט זיך מיט די צווייטע. דארטן קען מען אויך טרעפן טיפס און עצות וואס מען קען נוצן אויף אנדערע שוועריגקייטן ווי למשל איבער עסן, כעס, אדער עני אנדערע שוועריגקייטן וואס מיר גייען אדורך.

עס אויך דא דארט אשכולות פאר פרויען וואס מוטשען זיך, וואס איך האב נישט געקענט צוקומען דערצו. אזוי אויך פאר פרויען וואס זייערע מענער זענען געפאלן אין די ענינים. לדעתי, ולדעת דער ניק וואס האט מיר געהייסן דאס דורך טוהן, האבן זיי נישט דורכגעלאזט קיין שום טול וואס קען העלפן אויף דעם נושא. זיי האבן א ריפערל סיסטעם צו טעראפיסטן. יעצט בשעת'ן שרייבן האלט איך אין איין זעהן ווי נאך און נאך זאכן עס איז דא דארט.

אלזא טייערע חבר, אויב דו טראכסט אז דו האסט שוין אלעס פראבירט און גארנישט העלפט, זאג איך דיר גיי אהין צו דעם סייט. דו וועסט זעהן אז עס איז נאך נישט פארפאלן, דו קענסט און דו וועסט בעזרת השם יתברך ארויסקריכן פון דעם פראבלעם. א יעדע סארט עצה אויף דעם פראבלעם און סטראגל ווערט דארט ערגעץ אויסגעשמועסט. מיט געדולד און רואיגקייט און סבלנות, קען מען בעזרת השם טרעפן די ריכטיגע צוגאנג צו דעם נסיון. חזקו ואמצו, שטארק דיך און גיי אהין וועסטו דאנקען דעם באשעפער וואס האט דיר אהין געשיקט.

ווארענונג: ביטע אינאכט נעמן צו שרייבן די תגובות אויף אן אופן אז עס זאל קענען זיין ריין.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר