אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קריג

לאמדיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל

שליחה דורך לאמדיש »

סקרן האט געשריבן:פארוואס האט די רקידה פון די קרלינער נישט געמאכט העדליינ'ס דא אין שטיבל?

דוקא מ'האט יא גערעדט פון דעם אין די חילונישע פרעסע
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

שליחה דורך העניך »

כ'וויל אויסדרוקן מיין ביטערן צער אויף וואס איז פארגעקומען היינט ערב שבועות אין ביהמ"ד החדש קארלין-סטאלין, וואו מ'האט ליידער געפראוועט א חנוכת הבית אן קיין רשיון פון דעם בילדינג דעפארטמענט, און וואו מ'האט אויפגעשטעלט צענדליגער בחורים און קינדער אויף שוואכע היימיש-געמאכטע פארענטשעס, און ס'האט ליידער ליידער געקאסט צוויי נפשות און צענדליגער פארוואונדעטע בפניא דמעלי חג השבועות.

דער קארלין-סטאלינער רבי האט זיך אין די לעצטע יארן ארויסגעשטעלט ווי דער איינציגסטער רבי מיט א שכל הישר, זיין אופן פון באהאנדלען דעם אינטערנעט, קאראנא ווירוס, זיין דרשה נאך דער מירון טראגעדיע, ועוד ועוד. און דא אזא שרעקליכע טראגעדיע וואו ס'איז קלאר אז מ'האט נישט געטון דאס וואס מ'האט געדארפט צו היטן אויף דעם ציבור.

לבי נשבר בקרבי, אויף די אומשולדיגע קרבנות, און אויף דעם מצב היהדות.

בשעת סטאלין גייט יעצט דורך אזא שרעקליכער טראומא, שפיר איך א פליכט דן צו זיין דעם רבי'ן לכף זכות, באזירט אויף זיין לאנג-יעריגן רעקארד פון טון למעשה צו דער זאך צו היטן אויף דעם וואוילזיין פון זיינע חסידים. האפטליך איז דא א צווייטע זייט צו דער געשעעניש, און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.

זאל השי"ת שוין אראפנעמען זיין חרון אף פון כלל ישראל, און טרייסטן אלע צעבראכענע אידן בתוך שאר כלל ישראל.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 461 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך יהודי פשוט »

העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.

די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

שליחה דורך העניך »

יהודי פשוט האט געשריבן:

דארפסט נישט אייביג אריינקומען מיט דיינע טראציגע טראלישע קאמענטארן. ס'וואלט נישט געשאדט אז דאס מאל זאלסטו עס לאזן אין אייוועלט. דא איז נישט קיין פארמעסט ווער ס'קען בעסער פייטן און שטעכן אדער ווארפן אומרעלעוואנטע סארקאסטישע באמערקונגען. מ'רעדט דא ערנסט, און אז דו האלטסט אז עפעס איז נישט ריכטיג, קענסטו זאגן דיין זייט בשפה ברורה.

די תמי' אויף תו"א רבי האט זיך אנגעפאנגען ערשט עטליכע טעג נאך שטילשווייגעניש, און האט זיך פארשטארקערט נאך דער גאנצער שבעה ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער טוט נישט דאס מינדעסטע זיך וויסנדיג צו מאכן אז די 45 נפטרים פון אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל זענען געקומען צו זיין מעמד און דארטן אומגעקומען ל"ע.

דער סטאלינער רבי האט נעבעך געליטן א שרעקליכע טראגעדיע ביי זיך אין דער קהילה, און ער איז גארנישט שולדיג פאר דער וועלט. אף על פי כן, האף איך אז:

א) ער וועט ווייזן מנהיגות ביי זיך אין דער קהילה מיט'ן נעמען אחריות און קלאר אויספארשן וואס דא איז פארגעקומען.

ב) היות זיין דרשה אז מ'דארף זיין אפגעהיטן איז נתפרסם געווארן איבער דער וועלט, האף איך אז ער וועט אויסקלארן פאר דער וועלט וואס דא איז פארגעקומען.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 461 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך יהודי פשוט »

העניך האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.

די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון

דארפסט נישט אייביג אריינקומען מיט דיינע טראציגע טראלישע קאמענטארן. ס'וואלט נישט געשאדט אז דאס מאל זאלסטו עס לאזן אין אייוועלט. דא איז נישט קיין פארמעסט ווער ס'קען בעסער פייטן און שטעכן אדער ווארפן אומרעלעוואנטע סארקאסטישע באמערקונגען. מ'רעדט דא ערנסט, און אז דו האלטסט אז עפעס איז נישט ריכטיג, קענסטו זאגן דיין זייט בשפה ברורה.

דאס איז שוין ברייט באקאנט אז ביי געוואוסע מענטשן ווערן אנדערע באשטעמפלט אלץ טראליש בלויז צוליב דעם וואס זייערע ווערטער טוען אויף א קאמישע וועג אפלאכן פון געוואוסע מיינונגען און אנשויאונגען... ס'איז בסדר, איך שפיר דיין ווייטאג!

מיין נקודה איז אז איך האב דיר לכתחילה געקענט זאגן וואס דיין מיינונג וועט זיין אין יעדן פאל, סיי לגבי די געיט וואס פאליציי האט יא/נישט געשטעלט, סיי לגבי תולדות אהרן "אקונטעביליטי" און סיי לגבי סטאלין.

דאס באדייט אז דיין מיינונג איז בכלל נישט געבויעט אויף די דעטאלן פון יעדע פאסירונג נאר ענדערש אויף דיין - שוין פריער באשטעטיגטע מיינונג אויף די מענטש/גרופע ארום וועם די פאסירונג דרייט זיך.

דיין פריצייטיגע דן זיין לכף זכות - נאך איידער איינער האט אפילו עספיעט דן צו זיין לכף חובה - איז געוועהן העכסט ערווארטעט, אייגענטליך האב איך מיך שוין געוואונדערט פארוואס ס'געדויערט אזוי לאנג.

זאל ווען גענוי די זעלבע פאסירונג האבן פארגעקומען היינט ערגעץ אנדערש, ווי למשל סקווירא אדער גור (אפגערעדט תולדות אהרן) וואלט דיין פיזמון געווען גאר אנדערש.

אין איין ווארט דו ביסט שרעקליך מצומצם אויף אזוי ווייט אז איך קען אויסרעכענען דיין מיינונג פון פריער גאר גרינג אז גענוי וואס מ'קלערט אויף איי-וועלט וועסטו זאגן פארקערט.
די חילוק איז נאר אז אין אייוועלט ווערן תגובות פארמעקט אויב זענען זיי נישט אין איינקלאנג מיט די דעת פונעם ארטיגן קהל און דא וועסטו זיי בלויז אפשטעמפלען אלץ "טראציג און טראליש"!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

שליחה דורך העניך »

אז דו וואונדערסט זיך פארוואס דו ביסט א פּערפעקטער טראל קוק אויף דיין תגובה. יא, איך קען פארשטיין אז דו זאלסט מיר צוריקשרייבן שארפע ווערטער, אבער נאר דאס קענסטו. ווען איך האב דיר באוואשן האב איך תיכף נאכדעם דיר געענטפערט בטוב טעם ודעת ממין הטענה. אבער דו קעירסט נישט פאר דער נושא; דו ווילסט נאר שיסן דיינע קוילן און צוריקלויפן צו דיין לעכל. דאס הייסט א טראל, און דערפאר וועל איך אי"ה מער נישט קארעספאנדירט מיט דיר אויף דעם ענין.

גוט יו"ט.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

שליחה דורך ליפא »

יהודי פשוט האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.

די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון

דארפסט נישט אייביג אריינקומען מיט דיינע טראציגע טראלישע קאמענטארן. ס'וואלט נישט געשאדט אז דאס מאל זאלסטו עס לאזן אין אייוועלט. דא איז נישט קיין פארמעסט ווער ס'קען בעסער פייטן און שטעכן אדער ווארפן אומרעלעוואנטע סארקאסטישע באמערקונגען. מ'רעדט דא ערנסט, און אז דו האלטסט אז עפעס איז נישט ריכטיג, קענסטו זאגן דיין זייט בשפה ברורה.

דאס איז שוין ברייט באקאנט אז ביי געוואוסע מענטשן ווערן אנדערע באשטעמפלט אלץ טראליש בלויז צוליב דעם וואס זייערע ווערטער טוען אויף א קאמישע וועג אפלאכן פון געוואוסע מיינונגען און אנשויאונגען... ס'איז בסדר, איך שפיר דיין ווייטאג!

מיין נקודה איז אז איך האב דיר לכתחילה געקענט זאגן וואס דיין מיינונג וועט זיין אין יעדן פאל, סיי לגבי די געיט וואס פאליציי האט יא/נישט געשטעלט, סיי לגבי תולדות אהרן "אקונטעביליטי" און סיי לגבי סטאלין.

דאס באדייט אז דיין מיינונג איז בכלל נישט געבויעט אויף די דעטאלן פון יעדע פאסירונג נאר ענדערש אויף דיין - שוין פריער באשטעטיגטע מיינונג אויף די מענטש/גרופע ארום וועם די פאסירונג דרייט זיך.

דיין פריצייטיגע דן זיין לכף זכות - נאך איידער איינער האט אפילו עספיעט דן צו זיין לכף חובה - איז געוועהן העכסט ערווארטעט, אייגענטליך האב איך מיך שוין געוואונדערט פארוואס ס'געדויערט אזוי לאנג.

זאל ווען גענוי די זעלבע פאסירונג האבן פארגעקומען היינט ערגעץ אנדערש, ווי למשל סקווירא אדער גור (אפגערעדט תולדות אהרן) וואלט דיין פיזמון געווען גאר אנדערש.

אין איין ווארט דו ביסט שרעקליך מצומצם אויף אזוי ווייט אז איך קען אויסרעכענען דיין מיינונג פון פריער גאר גרינג אז גענוי וואס מ'קלערט אויף איי-וועלט וועסטו זאגן פארקערט.
די חילוק איז נאר אז אין אייוועלט ווערן תגובות פארמעקט אויב זענען זיי נישט אין איינקלאנג מיט די דעת פונעם ארטיגן קהל און דא וועסטו זיי בלויז אפשטעמפלען אלץ "טראציג און טראליש"!

:like
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'זיס צוצוקוקן ווי צוויי מצומצמים קריגן זיך ארום ווער איז מער מצומצם...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5464
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7137 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך זעה נישט [tag]העניך[/tag]’ס ״צימצום״ און פארוואס עס קומט זיך אים אזא קיתון של שופכין. וואס ער האט סך הכל ארויסגעברענגט איז א ״דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו״. והיינו, אז דער סטאלינער רבי איז אזא איינער וואס בדרך כלל ווייזט ארויס אזא סארט פּראגמאטישע און אחריות׳דיגע התנהגות. און ער האפט אז דא וועט ער ווייטער טוהן דאס וואס איז ריכטיג, על אף אז ס׳איז שווער און אומ׳בא׳טעמ׳ט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1285
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2342 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך פארשטיי נישט וואס מ’וויל פון סטאלינע רבי, אסאך מענטשן זאגן קוק פונקט ער וואס האט אזוי געוואטשט ביי קאראנא און פאר סעיפטי האט געכאפט א סימן פון הימל, איך פארשטיי נישט וואס איז די סימן, אז פון היינט און ווייטער זאל ער אויסרופן פאר זיינע חסידים אז איך האב זיך טועה געווען און באמת וויל מען פון הימל אז מ’זאל זיך נישט וואטשן די לעבן?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך פארשטיי יא וואס זיי ווילן. ער איז גערעכט מיטן היטן אויף ונשמרתם, אבער נישט ווען דאס קומט אויפן חשבון פון רוחניות.

ער האט געשטעלט דעם טאן אז קאראנע און מירון זענען געשען במקרה. גארנישט מיטן אויבערשטן צו טון, נאר ס'האט אזוי פאסירט צוליב דאס און יענס. תשובה ותיקון המעשים? וואס עפעס. נישט ביי אונז.

דא איז געקומען דער פראסק, ווי דער קארלינער רבי האט עס זיס ארויסגעברענגט יו"ט ביינאכט נאכן דאווענען "ואנא מפניך אברח". אלע תירוצים זענען מער נישטא. יעצט דארף מען תשובה טון.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

מפיל קינד האט געשריבן:איך פארשטיי יא וואס זיי ווילן. ער איז גערעכט מיטן היטן אויף ונשמרתם, אבער נישט ווען דאס קומט אויפן חשבון פון רוחניות.

ער האט געשטעלט דעם טאן אז קאראנע און מירון זענען געשען במקרה. גארנישט מיטן אויבערשטן צו טון, נאר ס'האט אזוי פאסירט צוליב דאס און יענס. תשובה ותיקון המעשים? וואס עפעס. נישט ביי אונז.

דא איז געקומען דער פראסק, ווי דער קארלינער רבי האט עס זיס ארויסגעברענגט יו"ט ביינאכט נאכן דאווענען "ואנא מפניך אברח". אלע תירוצים זענען מער נישטא. יעצט דארף מען תשובה טון.

בעסער געזאגט: ער האט צווישן די שורות חוזק געמאכט פון די פאנאטיקער וואס זוכן א רוחניות'דיגע תיקון לאור די טראגעדיעס. מ'דארף אכטונג געבן סעיפטי און מער נישט. די באהאלטענע מעסעדזש זיינע איז געווען זלזול אויף אידן וואס האבן געזוכט דעם באשעפער אינדערמיט. האט מען אים געגעבן א פראסק, אז פונקט ביי אים, וואו ער איז מקפיד אויף סעיפטי בכל פרטיה ודקדוקיה, און שטרעבט צו זיין א מוסטער פאר אלע אידן אין דעם הינזיכט, האט ער עס באקומען.

איך מאך אים נישט אוועק חלילה. מיר ווייסן נישט חשבונות שמים און מיר ווייסן באמת נישט פארוואס דאס איז געקומען. מיר טארן נישט טרעטן אויף די פרישע בלוט וואס איז נאך ווארעם. אבער דאס איז די געפיל און די ערשטע מחשבות וואס קומען אריין ביי פיל אידן.

דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך אונטער חכם »

אויף אייוועלט ברענגען זיי דעם לעצטן שמועס פון רבי'ן.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2796305

בלא בלא בלא, קיין איין ווארט פון נעמען אחריות, אדער אפי' באשולדיגן אנדערע, אדער בכלל רעדן פון וויאזוי דאס האט פאסירט, פונקט ווי אין תו''א.

@העניך מיר ווארטן אויף א פארדאמונג....
אינגערמאנטשיקל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

תיכף מוצאי יו"ט אין ישראל איז די קהילה ארויסגעקומען מיט אן אפיציעלע סטעיטמענט. דאס הייסט ביי מיר נעמען אחריות.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קודם כל, דער קארלינער האט גערעדט נאך אינמיטן יו"ט. און אויסגעדרוקט זיין מיטלייד ברבים. ער איז געגאנגען באזוכן פצועים אין שפיטעלער, און איז געווען ביי די לוויות.

און אפי' ביי דעם דערמאנטן דרשה זאגט ער אז מ'דארף טון אלעס מער אכטונג געבן אויף ונשמרתם דאס זאל זיך נישט איבערשפילן.

תולדות אהרן איז נישט געווען ביי קיין לויה, ניחום אבלים (חוץ ביי קרויס), שפיטאל, און ניטאמאל געלאזט פאלן ווערטער אז ער גייט זען ס'זאל זיין מער פארזיכטיג ביי זיין הדלקה אין מירון. דאס מיינט קיין משהו אחריות.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אונטער חכם האט געשריבן:אדער בכלל רעדן פון וויאזוי דאס האט פאסירט, פונקט ווי אין תו''א.

להבא צריך להתחזק ולהשתפר, עלינו מוטל לעשות ככל יכולתנו, ואת השאר הרי הקב"ה מנהיג

דאס מיינט ביי מיר גענומען אחריות און זיך מקבל געווען אויף להבא צו פאררעכטן.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך אונטער חכם »

מפיל קינד האט געשריבן:

אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט, ער רעדט כאילו מען האט זיך בעצם געהיטן נאר דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט, ווען אין פאקט איז די רשלנות דא נאך ערגער געווען ווי אין מירון.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך החוקר »

אונטער חכם האט געשריבן:בלא בלא בלא, קיין איין ווארט פון נעמען אחריות, אדער אפי' באשולדיגן אנדערע, אדער בכלל רעדן פון וויאזוי דאס האט פאסירט, פונקט ווי אין תו''א.

אזוי???
קוקט נישט אויס ווי דו קענסט ליינען העברעאיש/לשה"ק
הרבי הזכיר את דבריו בחג שעות לאחר האסון: "כפי שדיברנו בחג, הקב"ה מנהל את העולם, אבל זה אינו מסיר מאתנו את האחריות להשתדל מהיום והלאה, ובאמת להיזהר על כל צעד ושעל,

אין אידישע איבערזעצונג: דער אייבירשטער פירט די וועלט, אבער דאס נעמט נישט אוועק די אחריות פון אונז צו טון מער פון היינט און ווייטער אכט צו געבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום החוקר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ליין די אייוועלט ארטיקל וואס דו ברענגסט, איבער געזעצט אויף אידיש:

להבא - אויפן צוקונפט

צריך להתחזק ולהשתפר - דארפן מיר זיך פארבעסערן

עלינו מוטל לעשות ככל יכולתנו - מיר דארפן טוען אלעס וואס איז מעגליך

ואת השאר הרי הקב"ה מנהיג.

אונטער חכם האט געשריבן:אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט

מקור? ותו, פארוואס זאגט ער דאס נישט? כאטש אזויפיל מעג ער טון.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך אונטער חכם »

מפיל קינד האט געשריבן:ליין די אייוועלט ארטיקל וואס דו ברענגסט, איבער געזעצט אויף אידיש:

להבא - אויפן צוקונפט

צריך להתחזק ולהשתפר - דארפן מיר זיך פארבעסערן

עלינו מוטל לעשות ככל יכולתנו - מיר דארפן טוען אלעס וואס איז מעגליך

ואת השאר הרי הקב"ה מנהיג.

בקיצור, פונעם ליינען די ווערטער זעהט אויס אז ביז יעצט איז מען שוין געווען אפגעהיטן, נאר מען קען ווערן בעסער, איך זעה נישט אין די ווערטער קיין שום רמז אויף די געפערליכע רשלנות וואס דא איז געווען.
מפיל קינד האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט

מקור? ותו, פארוואס זאגט ער דאס נישט? כאטש אזויפיל מעג ער טון.

איך שטעל מיך נאר פאר אזוי, דו האלטסט אז נעקסטע יאר גייען זיי עס נאכאמאל טון אויב מען לאזט זיי?
ער זאגט עס נישט, ווייל עס איז נישט זיין שפראך, דאס איז נישט קיין טענה אין מיינע אויגן.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

יא אזוי ווי דו זאגסט. זיי זענען געווען זייער אפגעהיטן ביז יעצט, קיינער לייקנט דאס נישט, און מ'קען נאכאלץ ווערן בעסער.

דער רבי איז פאר דעם מעמד ארומגעגאנגען אין היכל זיכער צו מאכן אז די פארענטשעס זענען פארזיכערט, נאר ממש די לעצטע רגע האט מען צוגעבויעט נאך פאר די בחורים. א פארדיריסליכע אומפארשטענדליכע גרייז וואס האט טייער געקאסט.

אלס צייכן פון אחריות האט דער רבי געשיקט די צוויי אחראים זיך אריינגעבן פאר די פאליציי. דער אחראי פונעם מעמד און דער מהנדס הפרענטשעס. זיי האבן גענומען אויף זיך דעם פולן אחריות אויפן באפעל פון רבי'ן. זיי זענען ביידע אונטער הויז ארעסט.

דאס מיינט א רבי וואס נעמט אחריות.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אונטער חכם האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט

מקור? ותו, פארוואס זאגט ער דאס נישט? כאטש אזויפיל מעג ער טון.

איך שטעל מיך נאר פאר אזוי, דו האלטסט אז נעקסטע יאר גייען זיי עס נאכאמאל טון אויב מען לאזט זיי?
ער זאגט עס נישט, ווייל עס איז נישט זיין שפראך, דאס איז נישט קיין טענה אין מיינע אויגן.

זאגן איך גיי מיך אויפפירן בעסער איז נישט זיין שפראך? אזוי קוקט טאקע אויס...

יעצט איז פארענטפערט געווארן פארוואס [tag]העניך[/tag] האט באלד מלמד זכות געווען אויף קארלינער רבי, ער האט געוואוסט אז זיין שפראך איז עס יא...
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך אונטער חכם »

מפיל קינד האט געשריבן:יא אזוי ווי דו זאגסט. זיי זענען געווען זייער אפגעהיטן ביז יעצט, קיינער לייקנט דאס נישט, און מ'קען נאכאלץ ווערן בעסער.

דער רבי איז פאר דעם מעמד ארומגעגאנגען אין היכל זיכער צו מאכן אז די פארענטשעס זענען פארזיכערט, נאר ממש די לעצטע רגע האט מען צוגעבויעט נאך פאר די בחורים. א פארדיריסליכע אומפארשטענדליכע גרייז וואס האט טייער געקאסט.

אלס צייכן פון אחריות האט דער רבי געשיקט די צוויי אחראים זיך אריינגעבן פאר די פאליציי. דער אחראי פונעם מעמד און דער מהנדס הפרענטשעס. זיי האבן גענומען אויף זיך דעם פולן אחריות אויפן באפעל פון רבי'ן. זיי זענען ביידע אונטער הויז ארעסט.

דאס מיינט א רבי וואס נעמט אחריות.
דאס הער איך פון דיר, ער רעדט נישט פון קיין גרייזן און נישט פון קיין אחריות, עכ''פ אין פאבליק.

אפי' דיין מעשהלע, זאגט נאר אז ער האט געשיקט אנדערע נעמען אחריות, פארוואס האט ער נישט אליינס גענומען אחריות?
רעאגיר