און איך פארשטיי נישט פארוואס דו האלסט אז דאס אז ראבינאוויטשעס רידעריי האט אן השפעה מאכט זיינע פעולות פאזיטיוו. צו פעלט דען רידערערס אין די וועלט מיט השפעה?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
איך האב שוין לאנג געקלערט אז די איכא דרכא אחרינא לאזונג ברויך א בירור, לאמיר זאגן אז 1st Ave האט פראבלעמען אבער 5th Ave איז גיט, איז דער וועג וויאזוי רוב מענטשן זעען די ד"א ביי א סמארטפאון, אז מיט די פילטער (אדער אן א סמארטפאון בכלל) איז גלייך צו די אויסגעהאלטענע 5th Ave, און אן א פילטער אדער אינטערנעט בכלליות איז א פראבלעם, איך מיין עס מער גלייך צו פארגלייכן די אינטערנעט צו גאנצע וועלט, קיינער האט נישט קיין קלער אז זיך אריינזעצען אין א קאר צו פארן צו א געשעפט איינקויפן איז א שאלה פון ד"א ווייל מען קען פארן צו א בית זונה, אדער אז מען מעג נאר פארן סיי ווי מיט נאך איינעם פאר שמירה, דאס איז אבסורד, די זעלבע דא אויך, פשוט וויל איך "קען" גיין ערגעץ ווי איך זאל נישט, ווערט עס נאך נישט ד"א. דאונט געט מי ראנג, לייגן א פילטער איז זייער חשוב און גוט, אז מען קען מה טוב ומה נעים, אבער אפילו ווען נישט זע איך נישט ד"א.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
יא, אינטערנעט און סמארטפאונס פירן אפ בחורים און מיידלעך, און יונגעלייט און ווייבלעך, פון וועג, ווייל עס עפנט דעם קאפ צו אינפארמאציע. "איכא דרכא אחרינא" איז נישט געזאגט געווארן אויף וויקיפעדיע און אנדערע אינפארמאציע קוועלער וואס זייער פראבלעם איז נישט תלוי אין זיי, נאר אין דעם אומ'מחונכ'דיגן קאפ פון דעם לייענער.
אלזא, דער אמת'ער פראבלעם פון אינטערנעט איז בכלל נישט תלוי אין עבירות און אין סיטואציעס אויף וואס חז"ל האבן געזאגט איכא דרכא אחרינא. דער פראבלעם איז אז דער אינטערנעט שטעלט צו אינפארמאציע וואס איז עלול צו צעטרייסלען תמימות'דיגע חרדים וועלכע זענען אויפגעצויגן געווארן מיט מיסאינפארמאציע, מיט דער הנחה אז זיי וועלן זיך קיינמאל נישט אנשטויסן אין פארקערטע אינפארמאציע.
מיר האבן געבויט א חינוך סיסטעם וואו פשוט געוואויר צו ווערן אז גוים קענען זיי גוטע, הארציגע מענטשן, קען צעטרייסלען די פונדאמענטן פון א בחור'ס אידישקייט. שרייען אז מ'מוז בלאקירן די אינפארמאציע וועגן "איכא דרכא אחרינא" איז לעכערליך. די איינציגסטע עצה איז צו טוישן אונזער חינוך סיסטעם. העלפן אונזערע קינדער זיין אידן געבויט אויף שטארקע פונדאמענטן, אן קיין ליגנט און אן קיינע פעלערהאפטיגע אידישקייט-יסודות.
מושב וואס האסטו קעגן די מאמר חז''ל פון איכא דרכא אחרינה? עס איז זייער מסתבר און אויך א עצה טובה, ווען א מענטש איז נאנט צו א נסיון איז עם שווער זיך איינצוהאלטן. און זיי האבן פארשטאנען אז מען דארף לעבן נארמאל אבער אין א פאל וואס די דרכה אחרינא איז די זעלבע נאנט צו וואס זאל ער גיין אין א וועג וואס קען עם ברענגן נסיונות??
דאס איז שוין אן אלטע טאקטיק פון די אלע קנאים משוגעים און אפילו דאנאלד טראמפ אביסל, קודם פארבריצירט מען א פראבלעם איין מאל ס'שוין דא א פראבלעם דארף מען שוין זיכן אן עצה צו סאלווען די פראבלעם. ר' יוד ס'נישט דא קיין פראבלעם און טראגט אייך אפ פון דא !!