מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.
עס קוקט אויס אז די ווילסט זייער שטארק אנהאלטן די וועלט אז סזאל נישט פארן ווייטער.
די קענסט פאר דיר פריוואט נאך אלס גיין וואשן וועש ביים ים אבער די וועלט פארט ווייטער אין נישט אלעס וואס איז אמאל געווען די נארמע איז געבליבן די זעלבע היינט.
אזוי ווי מענטשן לערנען זיך היינט אויס וויאזוי צו טוישן די באלב פון א קאר אויף יוטוב איז גארנישט ראנג אויב מלערנט זיך אויך אויס אזוי וויאזוי צו כשרן טעפ.
איך האב נאר אנגעכאפט די משל וואס די האסט געגעבן אבער דעיס גייט אן פאר אלעס.