האלאקאוסט לייקענונג, די פראבלעם?

באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

האלאקאוסט לייקענונג, די פראבלעם?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אין א דערנעבנדע אשכול האט הנביא אישתישבי געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.

און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.

טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.

איך עגרי הונדערט פראצענט מיט אישתישבי.


דאן האט הרב שמעקעדיג געפרעגט:
שמעקעדיג האט געשריבן:און למשל האלאקאוסט לייקענער איז אויך אין דעם כלל?



@שמעקעדיג איך זע נישט פארוואס טוויטער זאל נישט צולאזן האלאקאוסט לייקענער, א חוץ פון אפשטעלן געוואלדטאטן זאלן זיי אלס לאזן, פארוואס זאלן זיי אפשטעלן וואס זעט זיי אויס ווי ליגנט, זאל יעדער באשליסן פאר זיך.

לעצטנס, נאך די סענאט פרהערונגען איבער טוויטערס צענזור, ווי די האלאקאוסט לייקענונג נושא איז ארויפגעברענגט געווארן, האט די איראנער פרעמיער מיניסטער און אנטיסעמיט דאס געטוויעט,
איך מיין ער האט א שטארקע טענה, דהיינו פארוואס זאל מען פארמעקן האלאקאוסט לייקענונג?
ווייל ס'ליגנט? (לדעתך), איך זע נישט מען זאל אויסמעקן אנדערע ליגנט ווי למשל אז די פלאנעט איז פלאך.
ווייל עס טוט גאר שטארק וויי אנדערע? נו, פארשעמען אונזער נביא מוחאמעד טוט אונז אויך זייער שטארק וויי (און עס איז ליגנט לויט אונז)!! טא, פארוואס האלאקאוסט לייקענונג נישט, אבער איסלאם פארשעמונג יא?

אלס איד טוט מיר האלאקאוסט לייקענונג אויך זייער וויי, און איך וויל שטארק אז עס זאל זיין פארבאטן, אבער וואספארא לאגישע סברא איז דא? איך פארשטיי אז עס הייבט זיך אן מיט דעם און למעשה קען עס צוברענגען געוואלדטאטן, אבער אויף די עצם לייקענונג פארוואס זאל עס זיין אסור?
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20201116-234139.png
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דו פאנגסט אן מיט א הנחה אז איינעם אינטערעסירט דא לאגיק. לאמיר דיר אויסזאגן א סוד, סיי דער איד און סיי דער מוסולמענער האבן ביידע לאגיק אין די לינקע פאה, מ'זאגט כלומפרשט "לאגישע" ארגומענטן אבער באמת רעדט מען פון געפילן. ווען מענטשן וואלטן געווען אויפריכטיג און נישט קיין אחד בפה ואחד בלב וואלט דער אראבער געזאגט "איך האב ליעב ווען מענטשן לייקענען די האלאוקאסט און דערפאר זאל מען עס צולאזן", און דער איד וואלט געזאגט "איך האב נישט ליעב ווען מ'לייקנט די האלאוקאסט און דערפאר זאל מען עס נישט צולאזן". אזויווי אבער מענטשן ווייסן אז מיט'ן זאגן דעם אמת וועלן זיי קיינעם נישט קענען איבערצייגן זיי צו פאלגן מאכן זיי אויף [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] תירוצים, נאכדעם האט מען קשיות. הדא הוא דכתיב "אשרי משכיל אל דל", ואין דל אלא בדעת, ועיין עוד כאן.

באמת האט שמעקי נישט געזאגט קיין לאגישע טענה, ער האט נאר אפעלירט צו אישתישבי'ס פאטריאטישע געפילן כלומר "דיינע געפילן וואלטן ליעב געהאט ווען טוויטער לאזט מענטשן לייקענען די האלאוקאסט?" און דער ענטפער איז טאקע אז אונזערע פאטריאטישע געפילן זענען איררעלעוואנט. אין אן אויפריכטיגע וועלט וואלטן פרומע אידן געדארפט צו זיין די ערשטע צו פארשטיין די סליפערי סלאופ ארגומענט, ס'הייבט זיך אן מיט'ן אסר'ן לייקענען די האלאוקאסט און ס'ענדיגט זיך מיט'ן אסר'ן לייקענען עוואלושן און ביקורת המקרא...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רעאגיר