קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע

מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

די טענות וואס איך זעה איז, איינער טענה'עט אז 'רוב' עלטערן פון קינדער אין יענע מוסד, האבן עקסעס דורך אייגענע ספארטפאונ'ס. זענען דא נאך מענטשן וואס האלטן אזוי? - לויט זיינע ווערטער דארף דאס דינען אלס ראיה, אז רוב עלטערן ווילן ווייטער אז זייערע קינדער זאלן זיך אויך באנוצן דערמיט? - נאך האלטן דא אזוי אז רוב עלטערן פארמאגן דאס, און אז רוב ווילן אז דאס זאל אנגיין ווייטער?

אנדערע זאגן נישט אז רוב האבן, אבער פארט טענה'עט ער אז רוב עלטערן ווילן דאס האבן. איז דא נאך אנדערע וואס האלטן אזוי?

וויבאלד ס'איז נישט קיין קלארע זאך. מיר פערזענליך קומט מיר אויס אז רוב עלטערן פארמאגן נישט קיין סמארטפאונ'ס, און אז רוב עלטערן ווילן נישט אז די קינדער זאלן האבן צוטריט דערצו, אבער אנדערע זאגן דא אז יא, און אדרבה, אויב ס'איז דא נאך וואס האלטן אזוי, זאלן זיי ארויפקומען.

אבער וויבאלד ס'איז דא א חילוקי דעות אין דעם ענין. לאמיר עס פראבירן צו מברר זיין. איך וויל זיצן מיט די מנהל המוסד, איבערגיין עטליכע קלאסן (ס'איז נישט שייך איבערצוגיין די גאנצע מוסד, נאר לאמיר נעמען א קלאס דא און א קלאס דארט, און דערפון דן זיין אויף די גאנצע מוסד), און זען זייערע עלטערן, ווער עס האט יא א סמארטפאון, ווער נישט. פארשטייט זיך אז ס'זענען דא וואס האבן בשתיקה, פון דעם זענען פארהאן אזעלכע וואס די מוסד ווייסט דערפון, אנדערע וואס מען ווייסט נישט דערפון. קיין נביאים זענען מיר נישט, אבער לאמיר פראבירן צו זען די עכטע נומערן. ווער ווייסט, אפשר זענט איר גערעכט?

צי די עלטערן ווילן דאס אדער נישט. דער רוח פון די קהילה פון יענע מוסד, איז קלאר אז נארמאלע חשוב'ע יונגעלייט האבן דאס נישט, אויסער מיט א פילטער לצורך פרנסה. איינער וואס האט עס יא, אפענערהייט שלא לצורך פרנסה, וועט געווענליך אראפגעקוקט ווערן דורך אנדערע. צו וויסן דעם אמת'ן דעת פון יעדן איינעם באזונדער, איז שווער, אבער דער רוח הכלל איז באקאנט פאר יעדן איינעם. ס'איז נישט שייך צו מאכן וואויטס אויף יעדן טריט און שריט וואס א מוסד וויל איינפירן. געווענטליך פארלאזט מען זיך אויפן רוח ההולך בין הבריות, און אין דעם פאל איז דאס אנטי סמארטפאון. אינטערעסאנט צי איינער וועט דאס לייקענען.

איין זאך וואס מען קען מברר זיין איז, אזוי ווי פריער געשריבן, מיר וועלן זיך אוועקזעצן מיט די מוסד און זען די הארטע נומערן (אויף וויפיל מען קען), וויפיל פראצענט פארמאגן כלים, און לויט דעם דן זיין ווייטער, לויט וואס עס קומט ארויס.

...
ס'איז דא איין אמת'ע טענה, וואס איך האב געהערט פון שארפן-קאפ (ווי אזוי מאכט מען אזא סימבאל, אז ער זאל געטעגט ווערן, דאס האב איך נאכנישט געכאפט, אויב איינער קען מיר אויסלערנען...), ער זאגט אז ס'איז נישטא קיין מוסדות פאר איינער וואס וויל נישט מחנך זיין די קינדער לויט אונזער חינוך. וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז מען צווינגט אריין יעדן איינעם דווקא אין אונזער חינוך סיסטעם.

לגופו של ענין, אפשר טאקע דארף ער מופן צו אזעלכע פלעצער וואו ס'איז יא דא אזעלכע מוסדות, א דוגמא איז בארא-פארק, מאנסי און לעיקוואד. איך ווייס אז ס'איז שווער, אבער אפשר דארף מען דאס טון. אבער אויסער דעם. אין מאנרא ווייס איך נישט דעם פאל, אבער אין וויליאמסבורג גלויב איך, אז טאמער איז דא אן אמת'ער צורך דערפאר, און ס'איז טאקע דא גענוג עלטערן וואס דארפן אזא מוסד, בין איך משוכנע אז מען קען דאס עפענען. איר דארפט זיך צוזאמעננעמען מיט נאך אנדערע עלטערן און טון עפעס למעשה. אויב איז דא צו א קליינער געברויך דערפאר, דארפט איר זיכער אוועקמופן פון דארט.

אבער דאס איז שוין א צווייטע נושא.
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך שארפןקאפ »

די פראבלעם מיט דיין פיקס צום פראבלעם איז אז דו מאכסט אן אסאמטשן וואס די עלטערן ווילן. איז דיר איינגעפאלן זיי צו פרעגן, דהיינו מאך א סיסטעם פון ווי מען שטעלט אריין רעפרעזענטיווס פונעם עולם אין town meetings ווי דער עולם קען אויסדרוקן זייער מיינונג?

דאס וואס דו זאגסט אז איך קען אוועק מופן, איך פלאן דאס צו טאקע טוהן.

אבער דאס איז נישט דאס ויצעקו דא, די פראבלעם איז אז צו וועלכע טאטע איך האב נאר אמאל גערעדט איז נישט צופרידן מיט ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער אין די חסידישע מוסדות, דער מיט דעם און דער מיט יענץ, נאר וואס דען, יעדער שיקט דארט און עס איז נישט אזוי שלעכט אז מען זאל שפירן אז מען דארף דאס נעמען אין די הענט אריין, ווי דאס ווארט גייט, עס איז נישט צו אראפשלינגען און נישט צו אויסשפייען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שארפןקאפ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

דו האלסט אז אין די היימישע מוסדות זענען דא מער אומצופרידענע עלטערן ווי אין אנדערע מוסדות? - נישט ווייל איך ווייס, איך וויל נאר הערן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6493 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך מיין אז אנשטאט די סמארפאון אידן זאלן דארפן זיך אוועקציען זאלן ענדערש די פאר תקנות מאכער זיך אוועקציען, איך מיין אז אסאך אידן וואלטן אפילו בייגעשטייערט זיי צו העלפן באצאלן פאר די מאווינג קאמפעני.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע

שליחה דורך שארפןקאפ »

דאס איז נישט די שמועס דא די שמועס דא איז צו אונז זענען גוט וואס עס טוט זיך ביי אנדערע האב איך נאך נישט גענוג אינפֿאָרמאַציע צו דיר געבן א מיינונג

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1183 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

מורינו ורבנו האט געשריבן:דו האלסט אז אין די היימישע מוסדות זענען דא מער אומצופרידענע עלטערן ווי אין אנדערע מוסדות? - נישט ווייל איך ווייס, איך וויל נאר הערן.

יא, עלטערן פון די גוי'שע וועלט וואס שיקן צו פריוואטע סקולס, און אזוי אויך פון די מאדערנע וועלט, זענען זייער שטאלץ פון די מוסדות אין וואס זיי שיקן. ליידער איז דאס נישט דער מצב ביי אונז.

איך וויל נאר צולייגן צו וואס אנדערע האבן שוין געשריבן. אפילו אויב עס עפנט זיך יא א מוסדות וואו אלע עלטערן זענען באמת מסכים צו אלע תקנות וואס מען האט אוועקגעשטעלט, מיינט דאס אויך די עלטערן זענען מסכים צו אלע תקנות אינעם עתיד, אזויווי די היינטיגע מוסדות זענען מחדש יעדן טאג חדשים לבקרים? עס איז ממש א מצב פון היום אומר לו עשה כך, ולמחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

די שאלה איז, אויף וויפיל עס איז שייך צו זיין בעסער.

דו טענה'סט אז אין אונזער חינוך סיסטעם, מיט וועמען דו האסט נאר גערעדט, איז אנגעווייטאגט און נישט צופרידן. איך האב נישט געזען אז ס'זאל הערשן אזא אומצופרידנהייט ווי דו לייגסט עס אראפ, אבער בעסער איז אלעמאל שייך צו זיין, און אלעמאל זענען דא מענטשן מיט טענות, דאס וועסטו נישט טוישן אין קיין ערגעץ. מאידך גיסא זעה איך פיל, פיל, זייער אסאך צופרידענע עלטערן, וואו די קינדער שטייגן בתורה וביראת שמים, מ'פארהערט זיך מקצועות, מען שטייגט און וואקסט לתפארת כלל-ישראל.

דעריבער, אז דו קומסט מאכן א קלעים, אז דער עולם איז נישט צופרידן, פרעג איך צי אין אנדערע פלעצער איז מען מער צופרידן ווי ביי אונז.

(ביטע עס נישט אננעמען פערזענליך, איך מיין נישט אייך נאר ענדערש לגופו של ענין. איר זאגט אז איר זענט אין דער מצב, אז איר פאסט נישט אריין אין די היימישע מוסדות, וואס דאס מיינט לכאורה אז דער פארלאנג צו עפענען מער ליבעראלע מוסדות אין אייער שטאט, איז נישט אזוי גרויס. נו, ווי אזוי קענט איר אריינרעדן פאר אנדערע וואס האלטן יא דערביי? - אויב איר וואוינט אין מאנרא, האב איך גארנישט געזאגט... נאכאמאל, נישט פערזענליך.)

יעקב רעדט אריין:
איבעראל וועט איר טרעפן צופרידענע און נישט צופרידענע. איך וויל וויסן אויב ביי אונז זענען פארהאן מער אומצופרידענע. איך זעה אויך אסאך שטאלצע מענטשן מיט אונזערע מוסדות. איז דאס ווייניגער ווי אין די וועלט? - איך פרעג נישט ווייל איך ווייס, נאר ווייל איך וויל וויסן.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

אגב, מענטשן האבן מיר מעורר געווען פארוואס איך לייק נישט. איך וויל קלארשטעלן פארן עולם, איך וואלט גערן געלייקט פארן ציבור, נאכמער, איך וואלט יעדן איינעם געלייקט. נאר וויבאלד איך בין אן איש-ציבור, און אויב איך וועל לייקען איינעם יא און איינעם נישט, וועל איך בא'עולה'ען מענטשן, האב איך גענומען דעם קו אז איך לייק קיינעם נישט.

אפשר וועל איך טוישן און מחליט זיין יעדן איינעם צו לייקן, אויף יעדע תגובה. ימים ידברו.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

סוף דבר:

איך דארף שוין גיין צו מנחה-מעריב, און מסתמא פארן טאג.

וואס עס קומט ארויס פון אלע שמועסן פון היינט:
ס'איז דא א יסודות'דיגע מחלוקת, 1. צי רוב עלטערן אין די מוסדות האבן סמארטפאונס אדער נישט (ווער נאך ס'האלט אזוי זאל זיך אנרופן, ביטע). 2. צי רוב עלטערן ווילן דאס אדער נישט. לדעתי איז אויף ביידע זאכן די ענטפער, אז רוב האבן נישט און רוב ווילן דאס. אבער אנדערע האלטן פארקערט, און זיי באגיניגן זיך נישט דערמיט אז מען זאל דאס זען אויף פען און פעיפער, נאר ווילן אז ס'זאל זיין א מקום וואו די עלטערן קענען אריינשיקן זייערע אייגענע פארלאנגען, און דעמאלס האלטן זיי, אז מען וועט זען אז רוב עלטערן ווילן דאס נישט באמת.

מיר קוקט עס נישט אזוי אויס, אבער ווער ווייסט...

נאך א מחלוקת וואס האט זיך ארויסגעשטעלט איז: צי אין אונזערע מוסדות איז פארהאן א גרעסערע אומצופרידנהייט ראטע ווי אין אלגעמיינע מוסדות. אין מיינע אויגן קען מען דאס נישט וויסן, לכאן ולכאן. איבעראל זענען פארהאן שטארק צופרידענע און שטארק אומצופרידענע. איך זעה נישט אז אונזערע זאלן דערמיט זיין ערגער ווי אנדערע.

בכלל, וויבאלד מען קען דאס נישט אויפווייזן, איז דאס בלויז א ווארט פאר א ווארט, און ס'איז א שאד זיך צו טענה'ען דערויף.
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע

שליחה דורך שארפןקאפ »

איך האב נישט יעצט קיין צייט צו שרייבן א ליסטע פון זאכן ווי מען קען זיך פֿאַרבעסערן


אין דאס איז א גרויסער פראבלעם מיט אסאך עלטערן וואס דארפן פֿאַרבעסערן זייער חינך פון זייערע קינדער נאר זיי שרייען וואס נאך קענאיך טוען צו פֿאַרבעסערן אין לכבוד דעם טוען זיי גארנישט

1. לימודי חול
2. אמונה על דרך אמת
3. אויס לערנען ווי אזוי צו טראכטן פאר זיך אין נישט נאך טאנצין ווי א מאנקי אלעס וואס איעדער טוט
4. א קאנסיסטינט מהלך ווי אזוי צו לערנען
5. ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט געפילן
6. ווי אזוי צו צו באלענסירען קודש מיט חול
7. רעספעקטירן א צווייטער מענטש אפילו ער איז אנדערש ווי דיר
8. די חוליק פון חיוב ציבור אין חיוב עצמי
9. ווען עלטערן רעדן זיך אפ אויף מלמדים זאל מען זיך צוהערערן
ועוד.......

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 609
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 744 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ס׳מיר שווער צו וויסן בנוגע וויפעל פערצענט האבן א סמארט-פאון, כ׳על אבער פארציילן וועגן מיר זעלבסט.

איז אזוי, ווער ס׳קען מיר פערזענליך (אויסערליך) וועט אין זיין וויסטן חלום נישט גלייבן אז איך האב א ניק דא אין קאווע-שטיבל...
אקעי, כ׳בין פארפארען. די רעדע איז דאך ׳סמארט-פאון׳. סאוי איך הייב אן נאכאמל.
איך נוץ נישט קיין סמארט פאון בדרך כלל אבער איך פארמאגעס ערגעץ באהאלטן, און ניין ס׳נישט אוועקגעלייגט פאר עבירות ווייל די נסיונות געפינען זיך פיל נענטער ווי דעם סמארט-פאון... כ׳אבעס פשוט געקויפט פאר איין געוויסע עפפ וואס כ׳ברויך פאר ביזנעס און ס׳קומט מיר אויס צו ניצן ממש אמאל אמאל (אפשר וואלטע א טעבלעט אויך געארבייט, כ׳בין נישט זיכער).

ווי אויך קען איך 2 חשוב׳ע אינגעלייט (איך בין נישט אזא סאושעל טייפ, סאוי 2 איז א סאך) וואס פארמאגן כסדר׳דיגע עקסעס צו אומגעפילטערטע אינטערנעט.

יעצט ווען איך וואלט געווען מיט אפאר יאר אינגער און כ׳וואלט אדורך דעם אנטי-סמארט-פאון ברעינוואשינג, וואלטעך זיך געהאלטן פאר א ריזיגע צדיק, מיט סיי וואס איך זאל נאר טון מיטן אינטערנעט אויפן טעבלעט/קאמפיוטער, ווייל דער עיקר עבירה איז דאך די ס״פ. ניין?

און כ׳וואלט געפילט ווי דער גרעסטער עבריין פארן האבן א ס״פ אדער אפילו נאר פארן בטעות האבן אמאל ארייגעבליקט אין א ס״פ. וואס כידוע איזעס זייער, זייער עלול ס׳זאל פאסירן מיט די אלע קינדער וואס נעמען זיך אונטער און חתמנען קיינמאל צו האבן קיין שום שיכות דערמיט...

פון די אנדערע זייט קענעך אבער יא פארשטיין פארוואס מ׳מוז אפשטעלן דעם ס״פ בכל התוקף (עכ״פ לפנים בפרהסיא), ווייל דעיס ברענגט מען אין ביהמ״ד, פאבליק פלעצער און אויב וואלט דעי כלי נישט געווען קיין בושה דאן איז אראפ מיט סיי וועלכע חומה קעגן טעכנאליגע בכלל. אבער; נוץ נישט די קינדער פאר דעם! טו עס וויזוי די ווילסט, מאך אבער נישט פורים פון די תנוקות של בית רבן ווייל לעניות דעתי קען עס ביטערליך בעקפייערן!! וימים ידברו...

---
נ.ב. איצטער קוק איך איבער דעם נוסח פונעם אויבנדערמאנטן צעטל זעי איך טאקע אז מ׳האט דאס היפש געשריבן נעמענדיג די ערווענטע נקודות אין חשבון, מ׳רעדט נאר פון ׳קוקן קליפ׳ס׳ אין א ס״פ, ווי אויך איז דער נוסח א ׳קבלה טובה׳ און ׳בלי-נדר׳...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער פרטים איבער די קלענערע היימישע חבורות וואס קומט פאר ׳בתוך עמי׳ שיקט אן אימעיל צו: teauvent@gmail.com
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מורינו ורבנו האט געשריבן:
איינער האט דא געשריבן, אז די דעת פון די עלטערן זענען בכלל נישט קעגן די כלים, נאר די מוסדות זענען פארכאפט אונטער די הענט פון אפאר יחידים, וואס טוען ככל העולה על רוחם. איך האב נאך אזא שקר שוין לאנג נישט געהערט. איינער האט דאס אפילו צוגעגליכן צו צפון-קאיערא, ווי אזוי קען מען דאס אפילו צוגלייכן? איך בין דער וואס רעדט מיט די עלטערן, ס'איז ביי מיר ברור אז ס'איז שקר. נאכמער, א גרויסער עולם וואס פארמאגן יא די כלים, וואלטן באמת אויך געוואלט אז זייערע קינדער זאלן דאס נישט נוצן און קענען באשטיין אז זיי זאלן חתמ'ענען דערויף.
.


1. "איך בין דער וואס רעדט מיט די עלטערן". שקר! האסט צו מיר קיינמאל נישט גערעדט.
2. "א גרויסער עולם וואס פארמאגן וכו". האסט געמאכט וואלן? האסט געשיקט פראגע בויגנס? אז נישט, פון וואנען ווייסטו?
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1183 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

מורינו ורבנו האט געשריבן:אגב, מענטשן האבן מיר מעורר געווען פארוואס איך לייק נישט. איך וויל קלארשטעלן פארן עולם, איך וואלט גערן געלייקט פארן ציבור, נאכמער, איך וואלט יעדן איינעם געלייקט. נאר וויבאלד איך בין אן איש-ציבור, און אויב איך וועל לייקען איינעם יא און איינעם נישט, וועל איך בא'עולה'ען מענטשן, האב איך גענומען דעם קו אז איך לייק קיינעם נישט.

איך האלט שטארק פון דיין אפגעהיטנקייט. וויבאלד דו ביסט אן איש-ציבור, און אויב איך וועל לייקן איין תגובה און נישט אן אנדערע תגובה קען אויסקוקן ווי איך שטיץ דווקא איין תגובה און נישט די אנדערע, דערפאר וועל איך בכלל נישט לייקן דיינע תגובות.

:lol:
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 455 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

מורינו ורבנו האט געשריבן:איך פארשטיי אייך נישט, אידן טייערע. וואלט איר נישט געוואלט אז אייערע קינדער זאלן זיין וואס מער אפגעהיטן און שטיין ווי ווייטער דערפון? - אפילו ביי די גוים איז געווען אזעלכע רעדעס,

ליידער איז צומאל דא וואס ביי אונז קען מען ווערן נידריגער פינעם גוי, ווען א איד פאלט און פאלט, פאלט עס זייער נידריג ל''ע
דא זענען נעבעך דא עלטערן וואס טוט זיי וויי אז זייערע קינדער האבן א התרחקות פון זינד, וואס דאס מאכט אומבאקוועם פארן פאטער צו אנגיין מיט זיין הפקירות.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

מורינו ורבנו האט געשריבן:מ'האט דא געשמועסט אסאך זאכן, ס'איז שווער צו ענטפערן אויף אלעס, איך וועל פראבירן אנצורירן וויפיל איך געדענק.

די מציאות איז, אז רוב עלטערן ווילן דאס. פינטל. רוב עלטערן זענען צופרידן אז מען מאכט זייערע קינדער אונטערצושרייבן אזא צעטיל. ס'וועלן אלעמאל זיין א מועט עלטערן וואס זענען נישט צופרידן, אזוי איז ביי יעדע זאך וואס א מוסד וויל איינפירן, אז עס זענען דא עלטערן וואס ווילן דאס נישט. עס איז אוממעגליך זיך צוצושטעלן צו יעדן, און זיכער נישט בשעת דער רוב וויל אנדערש, און אפילו דער מועט ווייסט אז זיין קינד לערנט אין א מוסד וואס דער רוח איז אזוי, און מען איז מחנך אויף אזא אופן.

מען מאכט דא א סקאנדאל, כאילו מען כאפט אוועק קליינע קינדערלעך פון אונטער זייערע עלטערנ'ס שירצל, און מען צווינגט זיי צו רעוואלטירן קעגן די עלטערן לטובת דעם סיסטעם, נוסח מאמע רוסלאנד. ס'איז ווייט פון דעם. יעדער ווייסט אז דו לערנסט אין דער מוסד, און יעדער ווייסט אז רוב עלטערן פון די מוסדות ווילן דווקא אזוי, איז וואס שרייעט איר?

איינער האט דא געשריבן, אז די דעת פון די עלטערן זענען בכלל נישט קעגן די כלים, נאר די מוסדות זענען פארכאפט אונטער די הענט פון אפאר יחידים, וואס טוען ככל העולה על רוחם. איך האב נאך אזא שקר שוין לאנג נישט געהערט. איינער האט דאס אפילו צוגעגליכן צו צפון-קאיערא, ווי אזוי קען מען דאס אפילו צוגלייכן? איך בין דער וואס רעדט מיט די עלטערן, ס'איז ביי מיר ברור אז ס'איז שקר. נאכמער, א גרויסער עולם וואס פארמאגן יא די כלים, וואלטן באמת אויך געוואלט אז זייערע קינדער זאלן דאס נישט נוצן און קענען באשטיין אז זיי זאלן חתמ'ענען דערויף.

און יא, ס'איז יא דא אנדערע מוסדות וואו מען קען שיקן (נישט אזוי ווי איינער שרייבט אז ס'איז נישט דא). סך-הכל איז דאס אומבאקוועם צו שיקן דארט, און איך פארשטיי עס. ס'איז אזוי ווי דו זאגסט פאר א איד וואס וואוינט אויף א פלאץ וואו ער קומט זיך נישט אויס מיט די קהילה, "מוף אוועק פון דא", ס'מופט זיך נישט אזוי גרינג. פיין, איך פארשטיי די פראבלעם, אבער די גאנצע מוסדות איז נישט מחויב זיך צו טוישן ווייל דו האסט א פראבלעם. למעשה רוב עולם וויל אנדערש.

איך האב יעצט נאר אנגערירט די נקודות פון די וואס טענה'ען אז די מוסדות פייניגט דעם עולם דערמיט. איך האב נישט אנגערירט דעם עצם הענין, צי איז עס ריכטיג אדער נישט, צי דארף מען אזוי מחנך זיין אדער ברענגט עס שאדן. דאס איז שוין א באזונדערע נושא, קודם האב איך געוואלט ריינוואשן די מוסדות פון א געפערליכע באשילדונגען אז מיר זענען רוסלאנד און צפון-קאיריא.

לסיום: איך וויל נאר ערווענען, אז צו מיר קומען רעגלמעסיג אריין בחורים און אפילו יונגלעך, בעטן, אז איך זאל בעטן זייערע עלטערן זאלן נישט אריינברענגען א סמארטפאון אין שטוב, ווייל זיי האבן גרויסע נסיונות צו קוקן דערין, און זיי שפירן אז ס'שטערט זיי. איך פרעג זיי פארוואס זיי בעטן נישט אליין, הער איך צוויי סארט תירוצים, ס'איז דא וואס האבן א פאביע אז זייערע עלטערן וועלן זיך דערוויסן פון זייערע נאטורליכע נסיונות, און זיי מיינען אז ס'איז א בושה. אנדערע שפירן אז דערמיט קריטיקירן זיי די עלטערן און זיי מיינען דאס בכלל נישט. ווילן זיי אז איך זאל בעטן.

דאס ברענגט ארויס, אז אין אסאך פעלער ווילן דאס די קינדער אליין. איך ווייס אז מענטשן וועלן שרייען אז די מוסדות פראגראמירט זיי אין קאפ, אז זיי זאלן דאס וועלן. יא, אבער דו ביסט דער וואס האט דא אריינגעשיקט דיין זוהן, און רוב עלטערן ווילן אז מען זאל דאס פראגראמירן.

און איך מיין אז דער ענין איז פשוט. נישט יעדע זאך איז די שולד פון די מוסדות.


במחילת כבוד מורינו ורבינו, וויאזוי קענט איר זאגן מיט אזא זיכערקייט אז דאס איז וואס "רוב עלטערן" ווילן, האט איר געמאכט א קלארע סורוועי און עס אויפגעוויזן? איך האלט פארקערט, און איך בין די זעלבע זיכער פונקט אזוי שטארק ווי איר זענט זיכער, איך האב אפילו א ראיה דערצו, אז איך בין דאך אויך פון די עלטערן און איך האלט אז עס טאר נישט זיין אזוי, און אז איך האלט אזוי בין איך זיכער אז רוב האלטן אזוי. נישט אזוי האט איר אפגעמאכט אייער א.ג מציאות?

קיינער מאכט נישט דא קיין סקאנדאל, עס מאכט זיך אליינס. די מציאות איז אז אונזערע מוסדות'ן מאכן אליינס אפ וויאזוי צו פירן אידישקייט, געבויט אויף מיינונגען פון די מיעוט שבמיעוט פון כלל ישראל און זיי פירן א העפטיגע קאמפיין און לייגן אריין אין די קינדערליך מחשבות קעגן זייער אייגענע עלטערן. פינטל. לאמיר זיך נישט נער'ן, רוב אידן היינט האבן אינטערנעט עקסעס. רוב האבן סמארט פאונס, און די מיעוט וואס פאלגן אלעס אויס האבן עס אויף א טעבלעט, פיין. די קינדער זענען נישט משוגע, זיי ווייסן אז זייער טאטע האט עס, און אין חדר הערט ער אז דאס איז חזיר טריפה, און דאס איז די ערגסטע וואס דו קענסט טון פאר די חינוך פון "מיין" קינד. איך האב אלס געוואוסט אז אינדערהיים טאר מען חלילה נישט רעדן אויף די קינד'ס מוסד אדער מלמד, אפילו דו האלסט אז זיי זענען שלעכט, ווייל למעשה איז דיין קינד דארט און עס איז נישט געזונט פאר אים צו הערן התנגדות אויף זיין חדר. איצט קענט איר מיר מסביר זיין וואס דא איז אנדערש? פארוואס מעג מיין קינד הערן אין חדר זאכן קעגן זיינע עלטערן.

איך האב א כלי, און מיין קינד וועט אויך האבן א כלי אי"ה אין די ריכטיגע צייט און האפענטליך עס נוצן נאר פאר גוטע זאכן אזויווי איך פרוביר. און די חינוך וואס ער הערט איצט אין חדר טוט אויף איין זאך אז ווען ער וועט אונטערוואקסן וועט ער זען אז מען האט אים איינגערעדט הוילע ליגענטס, און איך בעט ביים באשעפער אז דאס זאל אים נישט שאטן און חלילה זאגן אז דאס איז ליגענט זענען אנדערע זאכן אויך, דאס איז א גרויסע אחריות אויף די מוסדות...

אויך איז וויכטיג צו פארשטיין, אויב האלט איר אז אינטערנעט/סמארט פאון איז אזוי הארב און מען טוט מיט דעם די הארבסטע עבירות, דאן פארוואס מישט מען בכלל אריין קינדער דא? איז נארמאל צו מאכן א כינוס כלל ישראל און צוזאמרופן 4K קינדער אין מאנסי בלויז צו רעדן פון דעם, אין א צייט וואס עס גייט זיי ניטעמאל זיין נוגע, עט ליעסט נישט אין די קומענדיגע 10 יאר... איך קוק דאס אן פונקט ווי די חדר זאל רעדן צו די קינדער פון ****.

און צום שלוס וועל איך דיר דערציילן א שמוציגע מעשה וואס א בחור איז נעבעך אריינגעפאלן אין שמוץ דורך די טונקעלע אינטערנעט קאמפיין. געווען איז עס נאכדעם וואס עס איז געבוירן געווארן מיין שוועגערין איר ערשטע בן זכר למזל טוב, און מיין שוועגערין האט געהאט א סי-סעקשען און פארשטייט זיך געווען גאר שוואך נאכדעם. אזויווי יעדע ווייב'ל מופט מען אריין ביים מאמע'ן אין שטוב, און זיינעדיג ביי איר מאמע איז איר סעלפאון אראפגעפאלן אויף די ערד, און צו איר מזל האט זיך דעמעלטס זיך נאר געפונען אין שטוב איר קליינע ברודער, א גרויסע אינגל, וואס הערט ווי זיין שוועסטער רופט אים פאר הילף. ער קומט צו גיין צו זען וואס ער קען העלפן די גרויסע קימפעטארין שוועסטער וועלכע זוצט דא שוואכערהייט אויף די רעקליינער און פרעגט איר: "וואס קען איך טוהן פאר דיר?" זאגט זי אים אז די סעלפאון איז אויף די ערד און זי דארף עס האבן און זי האט נישט קיין כח זיך צו בייגן. וואס טראכטן ענק? וואס האט דאס קינד געטוהן, א קינד וואס וואקסט אויף אין א סיסטעם ווי חסד איז פון די שטארקסטע זאכן, טובה טוהן א איד איז פון די יסודות. יא ער האט טאקע געטוהן אזויווי איר אלע טראכט, א חסד פאר א איד, אבער נישט פאר זיין שוועסטער. טוהן א חסד פאר זיין מנהל וואס וויל קענען זאגן אז אין זיין חדר רירן נישט די קינדער צו צו קיין סמארטפאונס איז וויכטיגער און עס האט ליידער אפגעוואויגן דאס שטריק'ל.

איז דען דא א גרעסערע שמוץ פון דעם? דאס איז די שמוציגסטע געשיכטע וואס איך ווייס פון די אינטערנעט. עס שטינקט פון זיך אליינס.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 461 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

Re: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע

שליחה דורך יהודי פשוט »

שארפןקאפ האט געשריבן:1. עס איז נישט דא קיין אלטערנאטיווע מוסד סא איך מוז יא דא שיקן

ס'איז יא דא! זאג מיר ווי דו וואוינסט און איך וועל דיר זאגן וואס זענען די אלטערנאטיוון, ס'זענען פארהאן א שיינע פאר מוסדות וואס האבן נישט געבעטן די קינדער זאלן אונטערשרייבן דעם צעטל.
נאר וואס דען... דו ווילסט נישט שיקן אין יענע מוסדות, דו (כ'מיין נישט דווקא דיר, נאר באופן כללי) ווילסט דייקא יא שיקן אין די מער פרומע מוסד, אבער ווען זיי ווערן צו פרום פאר דיר ביסטו ברוגז
שארפןקאפ האט געשריבן:2. ווען די הנהלת המוסד וואלטן רעפרעזענטירט די מענטשן וואס שיקן דארט וואלסטו געהאט א האלבע טענה

דו האסט געפרעגט די עלטערן פונעם מוסד?? איך בין גאנץ זיכער אז נישט, נו פון ווייסטו אז די מוסד רעפרעזענטירט זיי נישט???
איך בין גאנץ זיכער אז רוב פון די מוסדות רעפרעזענטירן יא דאס רוב פון זייערע עלטערן
שארפןקאפ האט געשריבן:3. דיין טענה איז א בחינה פון איינער פון צפון קאריא שטייט אין שרייט ער איז הונגעריק אין די גייסט צו צו אים אין זאגסט אים האסט א ברירה צו פארן קיין אמעריקע אין היות די טוסט דאס נישט דאן זיי שטיל.......

יענער האט נישט די ברירה צו קומען אויף אמעריקא און דו האסט יא די ברירה צו שיקן אין א מוסד וואס איז נישט אזוי פרום.

היוצא לנו מזה - אין איין שורה: דו ווילסט א מוסד וואס זאל קעיטערן אקוראט לויט דיין געשמאק און ס'ארבעט נישט אזוי.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

יהודי פשוט האט געשריבן:
שארפןקאפ האט געשריבן:1. עס איז נישט דא קיין אלטערנאטיווע מוסד סא איך מוז יא דא שיקן

ס'איז יא דא! זאג מיר ווי דו וואוינסט און איך וועל דיר זאגן וואס זענען די אלטערנאטיוון, ס'זענען פארהאן א שיינע פאר מוסדות וואס האבן נישט געבעטן די קינדער זאלן אונטערשרייבן דעם צעטל.
נאר וואס דען... דו ווילסט נישט שיקן אין יענע מוסדות, דו (כ'מיין נישט דווקא דיר, נאר באופן כללי) ווילסט דייקא יא שיקן אין די מער פרומע מוסד, אבער ווען זיי ווערן צו פרום פאר דיר ביסטו ברוגז
שארפןקאפ האט געשריבן:2. ווען די הנהלת המוסד וואלטן רעפרעזענטירט די מענטשן וואס שיקן דארט וואלסטו געהאט א האלבע טענה

דו האסט געפרעגט די עלטערן פונעם מוסד?? איך בין גאנץ זיכער אז נישט, נו פון ווייסטו אז די מוסד רעפרעזענטירט זיי נישט???
איך בין גאנץ זיכער אז רוב פון די מוסדות רעפרעזענטירן יא דאס רוב פון זייערע עלטערן



האסט אין קר"י אזא מוסד?
אין קרית טאהש אפשר?

זאג, ס'איז טאקע נישט פארהאן אין גאנץ קר"י מער ווי 20 משפחות וואס לאזן זייערע קינדער זעהן ווידעאויס (אזויפיל בערך וואס שיקן קיין מאנסי)??

ס'קומט פאר א מערכה פון אפאר עקסטרימיסטן אקעגן די ווילן פון א "ריזיגע" ציבור מענטשן (אונז קענען זיך דינגען פון דא ביז קאנארסי ווער ס'האט די רוב, ווילאנג ס'וועט נישט זיין קיין וואלן איז גארנישט זיכער..), א ציבור וואס איז לכולי עלמא כאטש א שטארקע מיעוט, און גארנישט... פעלט נישט אויס קיין וואלן.. אלעס איז מסודר..
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

יהודי פשוט האט געשריבן:יענער האט נישט די ברירה צו קומען אויף אמעריקא און דו האסט יא די ברירה צו שיקן אין א מוסד וואס איז נישט אזוי פרום.

היוצא לנו מזה - אין איין שורה: דו ווילסט א מוסד וואס זאל קעיטערן אקוראט לויט דיין געשמאק און ס'ארבעט נישט אזוי.


יא יא....
אויב עפנט זיך מארגן אין קר"י א מוסד וואס זאגט קלאר אז מען דארף נישט אונטערשרייבן וועלן עס די עקסטרימיסטן צולאזן...?

דארפסט נישט קריכן ביז קר"י.. איך פערזענדליך האלט מיט א סקול פון מאנסי וואס באלאנגט נישט צו קיין שום קהילה, דער מנהל/עלטערן אינטערסירט נישט די צעטלעך, און ער האט באקומען שרעקליכע דרוק פון די "וועד"... ביז ער האט זיך געבראכן.

דריי נישט קיין קאפ, קיינער מיינט נישט דא צו ערפילן די ווילן פון די עלטערן.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

כפי ידיעתי איז אזוי אין יעדע סעסייעטי. קיין ערגעץ איז נישט בעסער.

אחרי ככלות הכל זענען מיר מער זיכערער ווי אין די דרויסנדיגע וועלט.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:כפי ידיעתי איז אזוי אין יעדע סעסייעטי. קיין ערגעץ איז נישט בעסער.

אחרי ככלות הכל זענען מיר מער זיכערער ווי אין די דרויסנדיגע וועלט.


במילא?
זינט ווען ווערט א פראבלעם געלייזט "ווייל דארט איז ערגער"?
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

כ'מיין צו זאגן, אז מענטשן זענען אזוי ביזי צו בעשן דעם סיסטעם, אז ס'קען זיך דוכטן אז מיר זענען די נידעריגסטע פון די נידעריגסטע. ברענג איך ארויס די פאקטן אין פנים.

דעטס אלל.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

Re: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע

שליחה דורך פרנס החודש »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:כפי ידיעתי איז אזוי אין יעדע סעסייעטי. קיין ערגעץ איז נישט בעסער.

אחרי ככלות הכל זענען מיר מער זיכערער ווי אין די דרויסנדיגע וועלט.
אזוי ווי יענער וואס האט זיך זייער געפארכט פונעם אומזיכערקייט פון די וועלט, האט ער גענומען א מעסער אריינגעשטאכן אין די געדערים און אויסגעשריגן:
יעצט בין איך זיכער טויט!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

Re: קינדער חתימה בנוגע טעכנאלאגיע

שליחה דורך פרנס החודש »

די אלטע מהלך פון עקטרעמיסטן צו אנצייגן אויף די צווייטע צד עקטרעמיזעם אלס בארעכטיגונג אויף די אייגענע.
מען קען אנווייזען אויף א שיינע פאר קאמיוניטיס וואס זענען בעסער און מער באלאנסירט ווי אונזערס, און זעמער נישט די נידעריגסטע, אבער אונז גייען אין יענעם ריכטונג. די זעלבע חברה וואס זענען פארנומען כסדר האקן אויף קרוינהייטס צב״ש וועגן זייערע משוגעתן
זענען געווענליך די וואס זענען פארנומען אריינצוברענגען די זעלבע קראנקהייט ביי אונז, נאר מיט אנדערע פארמען.
כמעט יעדע out of town אלגעמיינע אמעריקאנע ארטאקסישע קאמיוניטי
איז געזונטער פון אונזער תחום המושב.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
רעאגיר