בלאט 1 פון 2

ווען א רבי שרייבט אויף קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 9:42 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
מיר האבן זוכה געווען אז @מורינו ורבינו הופיע ביד קדשו ונכנס לפני ולפנים צו אונזער קאווע שטיבל [און לאמיר דערווייל אנ-נעמען [נניח] אז אמת נכון הדבר אז ער איז א מנהיג ישראל]

השתא דאתינן להכי....
איך בין נייגעריג וואס וואלט געווען די דעת הקהל [המון עם] ווען מען ווערט געוואור אז א רבי ומנהיג וואס פירט הונדרעטער חסידים זיצט און שרייבט אויף דער אינטרנעט

איך גלייב אז חברי הקאווע שטיבל וואלט דאך זיכער געזאגט "קיפ איט אפ" ווי מען זעהט דא ביי @מורינו ורבינו, לאנג לעבן זאל ער.
אבער וואס וואלט געווען די רעאקציע פון זיינע חסידים ווען א גרויסער רבי וואס געהערט צו די כתות המוחים נגד האינטרנעט זיצט און שרייבט זיך.

בתר דאיבעיא הדר פשטא. איך וואלט געזאגט אז עס וואלט געווען צוטיילט לכמה כתות:
1. די פרומערע : רבינו סר מן הדרך
2. די גאר שטארקע חסידים: א רבי מעג אלעס.... ער שטייט העכער פון געזעץ!
3. די אויפגעקלערטע: "דער רבי האלט שוין פון לאנג אז די גאנצע מערכה איז בלויז שטותים", ער וויל זיך פשוט נישט פייטען מיט די חיות...
4. די עסקנים: דער רבי גייט פשוט אריין אין גיהינום ארויסצושלעפן די פארבלאנדזשענדע נשמות...

עד כאן איז מיין מיינונג, איר זענט אלע מכובד צו זאגן וואס איר האלט אינקלודעט @ מורינו ורבינו שליט"א אלס זיין פאזיציע אלס רבי ומנהיג ישראל

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:01 am
דורך מי אני
עס איז שוין געווען א מבוכה בימי הביניים...
28E47FAA-8493-43B1-8F0B-2E92C8BEC22B.jpeg

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:13 am
דורך וואולקאן עראפציע
דער רבי איז ארומגענומען מיט א קופה של ק"ן שרצים וואו ער גייט און שטייט.
איבעראל זומט מען אים אריין די קעמערא.
איבעראל איז ער סענטער אוו עטענשאן.
אויך איז ער כלוא בבית.
דער רבי קען נישט גיין אליין כאפן א שפאציר, ער קען נישט גיין אין פארק, אין גראסערי, ארויסגיין פאר א סאפער.
נישטאמאל קען ער צוגיין צו א שמחה געבן מז"ט אן דארפן אויסרעכענען ווען אריינצוקומען און וויאזוי צו עקטן.
ער איז פשוט א רחמנות.
האוז ארעסט במלוא מובן הווארט.
יעצט טרעפט ער זיך א שטיבל וואו מ'טיילט קאווע און קיינער קוקט אים נישט אן מאדנע פארן אריינקומען אן די מאשבאקים.
ברוך מתיר אסורים...

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:36 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
וואולקאן עראפציע האט געשריבן:דער רבי איז ארומגענומען מיט א קופה של ק"ן שרצים וואו ער גייט און שטייט.
איבעראל זומט מען אים אריין די קעמערא.
איבעראל איז ער סענטער אוו עטענשאן.
אויך איז ער כלוא בבית.
דער רבי קען נישט גיין אליין כאפן א שפאציר, ער קען נישט גיין אין פארק, אין גראסערי, ארויסגיין פאר א סאפער.
נישטאמאל קען ער צוגיין צו א שמחה געבן מז"ט אן דארפן אויסרעכענען ווען אריינצוקומען און וויאזוי צו עקטן.
ער איז פשוט א רחמנות.
האוז ארעסט במלוא מובן הווארט.
יעצט טרעפט ער זיך א שטיבל וואו מ'טיילט קאווע און קיינער קוקט אים נישט אן מאדנע פארן אריינקומען אן די מאשבאקים.
ברוך מתיר אסורים...

דאס איז טאקע דעת חברי הקאווע שטיבל
און וואס האלט דערוילעם גולם ?

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 7:52 pm
דורך תרמב
איך האב נישט קיין רחמנות אויף די רבי’ס פארן זיין אין הויז ארעסט, זיי וועלן זיך אליינס אויס, יעדע רבי האט נאנטע וואס פייגערן צו זיין אין זיין פאזיציע, זיי קענען עס אויפגעבן בחפץ לב.

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 8:32 pm
דורך אישתישבי
יודקאווסקי טוט וואס ער וויל.

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 10:08 pm
דורך יעקב מעקסוועל
דו האסט עס צוטיילט אין פיר חלקים, איך מיין עס איז שוין נאר דא צוויי חלקים אין יעדע חסידות.

אזעלכע וואס האלטן שוין לאנג נישט פון די רבי, זיי דארפן נישט הערן אז די רבי שרייבט אויף ק"ש, זיי ווייסן שוין גענוג אנדעם. זיי זענען סך הכל מעמבערס אין די חסידות.

אדער איז דא אזעלכע וואס זענען נאכאלס חסידים נאך אלעס וואס זייער רבי האט געטון, אויב קענען זיי פארענטפערן אלעס ביז אהער וועלן זיי דאס אויך פארענטפערן. נאך מער, זיי וועלן מאכן א שיעור אין יעדע תגובה פונעם רבי'ן, און אלע ניקס וואס האבן זיך מתחצף געווען וועלן זיין פונקט ווי דתן ואבירם.

פארשטייט זיך דאס איז אלעס הייפאטעטיש, קענסט זיין רואיג קיין שום רבי וועט נישט אהערקומען.

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:02 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דו האסט עס צוטיילט אין פיר חלקים, איך מיין עס איז שוין נאר דא צוויי חלקים אין יעדע חסידות.

אזעלכע וואס האלטן שוין לאנג נישט פון די רבי, זיי דארפן נישט הערן אז די רבי שרייבט אויף ק"ש, זיי ווייסן שוין גענוג אנדעם. זיי זענען סך הכל מעמבערס אין די חסידות.

אדער איז דא אזעלכע וואס זענען נאכאלס חסידים נאך אלעס וואס זייער רבי האט געטון, אויב קענען זיי פארענטפערן אלעס ביז אהער וועלן זיי דאס אויך פארענטפערן. נאך מער, זיי וועלן מאכן א שיעור אין יעדע תגובה פונעם רבי'ן, און אלע ניקס וואס האבן זיך מתחצף געווען וועלן זיין פונקט ווי דתן ואבירם.

פארשטייט זיך דאס איז אלעס הייפאטעטיש, קענסט זיין רואיג קיין שום רבי וועט נישט אהערקומען.

איך גלייב אז עס איז רבי’ס אדער רבנים וואס באזוכען דא אין ק"ש פון צייט צו צייט און מאכן זיך א קאווע

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 1:16 am
דורך אבשלום בן מעכה
איך האב א געפיל אז מורינו ורבינו איז ר' אביש מספינקא. איך האב פארשידענע סימנים דערויף, אויך זיין שריפט איז אפשר א סימן דערויף.

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 2:09 am
דורך אלע צוזאמען
איך וויל נאר פארשטיין, איך וואלט זייער געוואלט אז די @מורינו ורבינו זאל אליין ענטפערן, וויאזוי גייט עס צו? די עולם האלט אינמיטן זיך קוויטלען, פלוצים געט מען א פארהאק דעם טיר און מ'זעצט זיך שרייבן אויף ק''ש? מ'זיצט אויפן אינטערנעט א האלבן טאג, און דערנאך גייט מען ארויס בחרב ובחנית קעגן די טריפה'נע כלים? וויאזוי ארבעט דאס? איז דא איינער פון די גבאים וואס ווייסט פון די גרויסע סוד?

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 1:49 pm
דורך לכבוד שבת קודש
אישתישבי האט געשריבן:יודקאווסקי טוט וואס ער וויל.


אפשר איז דאס טאקע יודקאווסקי? - ס'שטייט אזוי גוט אויף אים, ווער עס קען אים. עס שטימט אויך פיין לויט די שבת וואס ער האט באשריבן, ער איז דאך אזא מודי מענטש, ער קען וויינען און לאכן. ס'איז דאך אזוי אויסגעגאסן אויף אים.

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 3:45 pm
דורך תרמב
מיין קשיא איז, די איסור פון גילוי גייט נישט אן ביי רבנים און רביס?

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 3:59 pm
דורך קאך_לעפל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך האב א געפיל אז מורינו ורבינו איז ר' אביש מספינקא. איך האב פארשידענע סימנים דערויף, אויך זיין שריפט איז אפשר א סימן דערויף.


נא! ס'איז רבי מעכלע פון נתניה אדער זיין זון דער לאכעדיגער...

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 7:43 pm
דורך אייראפעישער חסיד
קומענדיג פון די חסידישע וועלט איז גאר שווער צו גלייבן אז א רבי וואס גלייבט באמת אין זיך אז ער האט העכערע כוחות , מתקן נשמות וכו' זאל שרייבן אויפן אינטערנעט אין בפרט דא אין ק''ש.

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 7:53 pm
דורך לכבוד שבת קודש
הרב איראפעישער חסיד, איר ווייסט נישט אלעס...

מען זאגט אז א שטיק צייט האט הרב מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג געהאט דא א ניק און געשריבן. אויב איך געדענק גוט, האט ער געהייסן "קאפשטיק" - עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, מען קען עס נאכקוקן.

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 8:05 pm
דורך אייראפעישער חסיד
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:הרב איראפעישער חסיד, איר ווייסט נישט אלעס...

מען זאגט אז א שטיק צייט האט הרב מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג געהאט דא א ניק און געשריבן. אויב איך געדענק גוט, האט ער געהייסן "קאפשטיק" - עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, מען קען עס נאכקוקן.

יא ! הרב מיכל לעבאוויטש איז נישט באמת איבערצייגט אז ער איז א העכערע מענטש, אין אלץ זיין אמט אלס רבי קען ער צורירן אין פלעצער ווי אנדערע קענען נישט ! אבער אינזער רבי באטראכט זיך אלץ א אדמו''ר מיט אלע פירושים!

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 9:11 pm
דורך אלע צוזאמען
אייראפעישער חסיד, איר זענט מנ'הסתם גערעכט, מורינו ורבינו איז א ל''ץ וואס טרייבט שפאס פון די גאנצע שטיבל

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 9:13 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:הרב איראפעישער חסיד, איר ווייסט נישט אלעס...

מען זאגט אז א שטיק צייט האט הרב מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג געהאט דא א ניק און געשריבן. אויב איך געדענק גוט, האט ער געהייסן "קאפשטיק" - עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, מען קען עס נאכקוקן.

כ’האף אז דו מיינסט נישט מיך...

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 12:05 pm
דורך תרמב
וואס האסטו אזוי מורא נחשד צו ווערן אלץ ניקלשבורגע רבי? איך האב געהערט אז זייער חשובע אידן פלעגן זיין אייערע חסידים ווי למשל רז"ל פילאפ שליט"א ועוד אנשים חשובים.....

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 12:23 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
תרמב האט געשריבן:וואס האסטו אזוי מורא נחשד צו ווערן אלץ ניקלשבורגע רבי? איך האב געהערט אז זייער חשובע אידן פלעגן זיין אייערע חסידים ווי למשל רז"ל פילאפ שליט"א ועוד אנשים חשובים.....

גערעכט !
אבער מהיכן דנתנו אז איך בין עס?

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 12:36 pm
דורך המלוכה והממשלה
אלע וואס ווארפען ארום אלע מיני נעמען ווילן אז מ'זאל רעדן פון יעדעם חוץ חכמת שלמה וד''ל

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 5:45 pm
דורך אייראפעישער חסיד
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אלע וואס ווארפען ארום אלע מיני נעמען ווילן אז מ'זאל רעדן פון יעדעם חוץ חכמת שלמה וד''ל

יא מווויל נישט קוקן די מציאות אין פנים ! אז אינז האבן דא א געריבענע לץ ווואס נעמט אינז אלע אויף א רייד!

נשלח: זונטאג יולי 25, 2021 10:14 am
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:עס איז שוין געווען א מבוכה בימי הביניים...
הקובץ המצורף 28E47FAA-8493-43B1-8F0B-2E92C8BEC22B.jpeg לא זמין יותר.

501473E0-E672-47D9-B4D8-2B7AE80EF272.jpeg