די מכה אשר לא כתובה פון עקסטרעמיזם

החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

שליחה דורך החוקר »

@ליב צו וויסן וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט דיר טראכטן אז זיי טראכטן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14828 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה האט געשריבן:נאר א קליינע אנעקדאט. פאריאר האבן כמעט אלע היימישע מוסדות געמאכט 'סיטי פיעלד' אסיפות מיט די קינדער, אין די ת"ת און שולעס און געברענגט אזעלכע רעדנערס ווי פאפלאנאש, ר' בערל טויבער וכדומה אויפצוקלערן די שעדליכקייטן פון כל מיני טעכנאלאגיע. זיי האבן מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז ס'איז נישט סתם נוגע ווי פרום מ'איז, נאר מ'מיינט דא סימפלי גשמיות'דיג גערעדט ווי ס'שאדט וכו'. (מעגליך אז ס'דא א פוינט דערין למחצה לשליש ולרביע.) ביים סוף פונעם מעמד איז ביי אלע פארגעקומען א חתימת הקבלות (וואס די פאלשע וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען ברויך א באזונדערע באהאנדלונג).

הוגה: ר' בערל טויבער איז א דאמאגאג. נאר איך קען איהם פארשטיין. ער מוז ממשיך זיין די פעמילי ביזנעס. אבער וואס די מענטשן זאגן מיינט גארנישט. זיי זענען א חלק פונ'ם פראבלעם. נישט א חלק פון די סאלושן...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1282
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10400 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2326 מאל

שליחה דורך תרמב »

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך הייב נישט אן צו פארשטיין די משוגעת פון חתימות...

ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז חתמ'נען שקר איז נישט קיין פראבלעם... וד"ל...

וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט זיי טראכטן אז דא איז אנדערש?

געקלערט די זעלבע, פאר אנדערע פאפירן וד"ל האט מען נישט קיין שום פראבלעם צו חתמ’נען פאלש, פארוואס אונטערשרייבן וועגן סמארטפאון’ס געצוויגענערהייט זאל מען נישט טון די זעלבע?

אז איך שרייב שוין, איך האב שטארק הנאה פון די ווערטער פון שמעקעדיג און הוגה, דברים כדרבנות! זייער שטארק ארויסגעברענגט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

געווען צייטן וואס כ'האב מיך אויך געגעסן אויף די זאכן, ביז איין טאג האב איך איינגעזעהן אז די מענטשן זענען פשוט נאאיווע קליינקעפיגע מוחין קטנים וואס לעבן אין א צווייטע רעאליטעיט אינגאנצן, היינט האב איך פשוט רחמנות געפילן אויף זיי אז זיי ווייסן ליידער נישט בעסער... און דאס איז וואס מיינט פאר זיי נארמאל. כ'האב מיט זיי נישט גארנישט אין קאמאן בכלל. איך האלט זיי נישט אויף מיין מדריגה אין אינטעלעקט, מאראל, לעוולהעדעדנעסס. לערנען קענען זיי אפשר אסאך בעסער ווי מיר. אבער מעורב בן הבריות down to earth זענען זיי ביילייפייג נישט. איך פערזענליך האלט אז יעדע שנאק פון 15 יאר וואס איז מסיים טויזנט יוטוב ווידיאוס א יאר האט אסאך מער ידיעות ווי וואס אזא איינער קען איינזאמלען זייער גאנצן לעבן. יא ס'באזארגט מיר ווען איך טראכט אז אזוינע אינדיווידועלן האבן גאר אסאך פאוער און קענען דערמיט טוהן (און טוען) אבנארמאלע דעמעדזש. עם כל זה ווארטן אויף טשעינדזש פון אזעלכע אוטאריטעיטן איז ווי ווארטן צו געווינען די לאטערי, ס'איז געזונטער זיי צו איגנארירן ווי ווייט מעגליך.

די עקסטרימיזם גייט שוין אן מער ווי 60 יאר, ס'ווערט נאר פרומער און פרומער און קרומער און קרומער. אמאל איז עס געווען וויילענס פון איין הויף צום צווייטן, און היינט איז עס אנדערע משוגעת'ן. אמאל איז עס די שייטלעך און אמאל די טמא'נע כלים, הצד השווה שבהן זענען פרויען עפ"י רוב די מערסטע שולדיג אויף צרות ישראל און גארנישט.. ביזנעס עז יוזשועל. יעדע decade קומט עפעס א אלטע איסור צוריק אין סטייל התאחדות פילט ניטאמאל פאר וויכטיג צו טוישן דעם דאטום. פארקערט ס'איז ווי יין ישן! קול קורא'ס איז אויך זייער א סיזענעל ביזנעס, אין די וואקאציע סיזן איז מען פארנומען מיט פלארידא, און דעזערט האט ספרינגס, פורים איז מען פארנומען מיט די מאבילס, אז ס'ווערט ווארעמער און מ'זעהט אביסל מער הויט אין די גאסן נעמט מען זיך צו די שמאל געפאסטע מלבושים און לעיס אזוי פארט א סייקל... עניוועי חסידות איז קיינמאל נישט געווען נישט-עקסטרעם, ס'איז אפשר געווען ווייניגער, אבער חסידות איז א עקסטרעמע אידעלאגיע ביי דעפינישן. א פרייטאג צונאכטס סעודה פון א האלבע שעה איז נייטראל, מער איז עקסטרעם. האמיר א לעכטיגן ביי... כ'הער נישט?

נאר וואס? אין די אינטערנעט ערע פילן געוויסע סיקריקים אז ווייל די גאס ווערט כלומר'שט ערגער און ערגער מוז מען ווערן פרומער און פרומער אין ריספאנס. אגב איך פארשטיי נישט עפעס; אויב דיין לייפסטייל איז אזוי פעלזן פעסט אויפגעסעט און ס'ארבעט פארוואס איז עס אזוי סוסעפטיבל צו סעקולעריזם אדער סיי וועלכע מאדערנע זאך אז מ'מוז כאילו צוריקפייטן נאך אפי' שטערקער ווי ביז יעצט? דו האסט דאך דעם דרך האמת נישט אזוי? If it ain't broke don't fix it אזוי נאריש זענען אירע נאכפאלגער אז זיי ווערן יעדע מינוט פארשפילט פונעם ריכטיגן דרך אז מ'דארף זיי צוריק ארויסציען פון תהום? שוין יארן זוך איך א תירוץ אויף דעם. איך זאג ענק א מזל אז מ'האט נאכנישט געמאכט קיין שטודיעס פון פרעזערווירן חסידיזם אוי וואלט דאס אריינגעקומען שמאל, די סוקסעס ראטע וואלט געווען אזוי ביטערליך נידריג ס'וואלט געווען אזעלכע געבראטענע בושות... דאס איז א פונקציאנירנדע סיסטעם וואס איז נאר איין מערכה אוועק פון סוקסעס? how about אז מענטשן פארשטייען בעסער סאציאלע קאנסטראקטס, סייענס, פסיכילאגיע, פסיכאטעראפי, און מ'טראכט טיפער און מ'פארשטייט לעבן בעסער, אבער פאר דיין קאנסערוואטיווע טראדיציעס איז יעדע לינקע בלויע פורפל גרינע אידילאגיע חדש אסור מן התורה? חס מלהזכיר פראגרעסיוויזם איז א סכנה רוחני!! פוי!! גיווואלד!!!!

איך שפיר די בויך קרעמפן פון לאכן פון די איראניע אז די סליפערי סלאופ וואס די עקסטרעמיסטן זענען אנגעבליך דא צו פריווענטן זענען זיי אויך גורם...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך סעגאל »

היסטאריע האט געשריבן:
ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון


אייזן :like

ווער ווייסט וואס נאך מען קען קוקען מיט דער היתר.

די כהנים האבען שוין געקיקט אויף האלב אויפגעדעקטע פרויען דורך א שפיגעל.
רעאגיר