
@ליב צו וויסן וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט דיר טראכטן אז זיי טראכטן?
הוגה האט געשריבן:יישר כח שמעקעדיג פארן ארויסברענגן אזוי קלאר די ווייטאג וואס ליגט אונז אלע אויפן הארץ.
נאר א קליינע אנעקדאט. פאריאר האבן כמעט אלע היימישע מוסדות געמאכט 'סיטי פיעלד' אסיפות מיט די קינדער, אין די ת"ת און שולעס און געברענגט אזעלכע רעדנערס ווי פאפלאנאש, ר' בערל טויבער וכדומה אויפצוקלערן די שעדליכקייטן פון כל מיני טעכנאלאגיע. זיי האבן מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז ס'איז נישט סתם נוגע ווי פרום מ'איז, נאר מ'מיינט דא סימפלי גשמיות'דיג גערעדט ווי ס'שאדט וכו'. (מעגליך אז ס'דא א פוינט דערין למחצה לשליש ולרביע.) ביים סוף פונעם מעמד איז ביי אלע פארגעקומען א חתימת הקבלות (וואס די פאלשע וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגן ברויך א באזונדערע באהאנדלונג).
פארציילט מיר א קרוב וואס האט א העכסט געראטענע היי סקול טאכטער, אז זיין טאכטער איז אהיימגעקומען און פארציילט אז זיי האט זיך מקבל געווען "נישט צוצורירן קיין קאמפיוטער און נישט אריינצוקוקען אין די סקרין פון א סמארטפאון". זי האט מסביר געווען אז למעשה זעהט זי די טובת הנאה פון נישט זיין געבינדן צו טעכנאלאגיע און סך הכל רעדט מען פון א קבלה ביז סוף יאר וואס איז אין א קנאפע 12-13 וואכן.
דער טאטע האט איר נישט געזוכט אפצוקילן, און זעהנדיג אז זי איז אפגעמאכט ביי זיך האט ער איר ארויסגעוויזן שטארקע סופארט, עד כדי כך אז ער האט פרובירט, אויף וויפיל מעגליך, נישט צו ווייזן די אנדערע קינדער פארנט פון איר. עס האט נישט גענומען צו לאנג און די מיידל (וועלכע איז גאר א פרומע, ערליכע און פאלגזאמע) איז אהיימגעקומען און פארציילט וואס אירע חבר'טעס האבן איר פארציילט. "ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון. די זעלבע בנוגע א קאמפיוטער, די איסור איז נאר צורירן, דער ברודער מעג אבער עפענען די קאמפיוטער פאר איר".
סך הכל חינוך תשפ"א – טרעף א קלוגע וועג וויאזוי אויסצונארן די סיסטעם – סוקסעס ראטע 100%!
נאכן זומער ווען שולע האט זיך צוריק אנגעהויבן האט די הנהלה פארלאנגט אז די מיידלעך זאלן מחדש זיין זייער קבלה. (די הנהלה האט עס געטון אויף א "דעמאקראטישע" אופן, דהיינו, מ'האט געגעבן די מיידלעך די אפציע זיך אונטערצומנעמען אן עקסטרעם-עקסטרעם קבלה אדער קענען זיי זיך מקבל זיין א פשוט'ע עקסטרעמע קבלה, וויאזוי זיי ווילן... לול) דאס מיידל קומט אהיים צום מאמע און פארציילט אז די מיידלעך האבן זיך צוזאמגענומען מטכס עצה זיין וואס צו טון און אלע האבן מחליט געווען אז you can’t fight city hall, וממילא חתמ'ן זיי אלע אונטער מיט א פייג אונטערן טיש.
די מאמע האט שפעטער געטראפן די מנהלת אין די גאס און די מנהלת האט זיך געגרויסט אז ווי ווייט זי ווייסט איז איר שולע די איינציגסטע אין גאנץ מאנסי וואס הונדערט פראצענט פון די מיידלעך האבן אונטערגענומען אזא שטארקע קבלה. ס'נישט דא ווער ס'זאל וויינען.
סך הכל חינוך תשפ"ב – מ'מעג זאגן פראסט און פשוט'ע ליגנט און ס'איז אקעי – סוקסעס ראטע 100%!
א חבר מיינע פארציילט מיר אז זיין מאמע ליגט שוין יארן אין בעט אינדערהיים נאכן ליידן פון אן ערענסטע סטראוק. זיין טאכטער פלעגט יעדע טאג אויפן וועג אהיים פון שולע זיך אריבערכאפן מבקר חולה זיין, שמועסן מיט די באבע (וועלכע איז ביים פולע זינען אבער שטום און געלעמט) האלטן איר האנט, גיין איינקויפן פאר די שטוב וכדומה. איין טאג רופט אים זיין טאטע און פרעגט פארוואס זיין טאכטער האט אויפגעהערט צו קומען. ווען ער האט אנגעפרעגט זיין 12-13 יעריגע טאכטער האט זי געענטפערט אז נאך די טעכנאלאגיע אסיפה אין שולע האט זיך געפרעגט די חשוב'ע רביצן דרשנ'טע וואס זי זאל טון אז איר זיידע האט א סמארטפאון. האט די רעביצן געענטפערט אז בלי שום ספק טאר זי נישט אריינטרעטן אין יענע שטוב און זי האט נאך מסביר געווען מיט שיינע מאמרי חז"ל חייך קודמין וכו'. קאמענטארן זענען איבעריג.
@שמעקעדיג, דו פרעגסט וואס מען קען טון? איך האב מורא אז גארנישט. מ'איז אין גלות. די רבי ז"ל האט אויסגעלערנט אז אין גלות בייג מען זיך די קאפ און מ'ווישט זיך די נאז וזהו.
.
ליב צו וויסן האט געשריבן:איך הייב נישט אן צו פארשטיין די משוגעת פון חתימות...
ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז חתמ'נען שקר איז נישט קיין פראבלעם... וד"ל...
וואס פארא דזשוק אין קאפ מאכט זיי טראכטן אז דא איז אנדערש?
היסטאריע האט געשריבן:ווען מען וויל זעהן עפעס אין א סמארטפאון (מ'טאר דאך נישט קוקן דערין) שטעלט עס די טאטע/מאמע/געשוויסטער אקעגן איבער א שפיגל און אזוי וואטשט מען די קליפ/בילד. מ'האט זיך דאך נישט אויסגענומען נישט צו קוקן אויף א קליפ, נאר נישט צו קוקן 'אין' א סמארטפאון
אייזן![]()
ווער ווייסט וואס נאך מען קען קוקען מיט דער היתר.