טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

שליחה דורך יין שרף »

בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

הייסט ער איז א דאפלטער שגץ.. א בחינה פון יודע את בוראו ומכוון למרוד בו
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

גראדע אויף די צעטלעך וואס הענגען אין די שילען איז די לשון גאנץ איידל. ס'שטייט נישט קיין שום שלעכטע ווארט אויף סמארטפאונס, און ס'איז נאר אויף נישט עס ארויסצונעמען בפרהסיא. (די גליון שוין נישט...)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אוודאי, ווייל נארמאלע מענטשן האבן נישט קיין צייט צו דורך לייענען א גליון, נאר כולל אינגעלייט, מוחים און עסקנים.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעקב מענטש האט געשריבן:איינער באמערקט אז מאנסי איז דער קופץ בראש ווען ס'קומט צו די מערכה?

נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע

יעפ איך האב אויך באמערקט. לייבעלע שרייבט עס אויכעט, ראה לעיל.

כ'האב געהערט די סיבה, וויבאלד אסאך מענטשן האבן פרובירט אויסצונוצן די פרייהייט פון מאנסי, האבן זיך די רבנים צוזאמענגענומען אנצוהאלטן מיט א שטייפקייט די פרומע רוח אין שטאט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?

נעוואדע, מרן ראש ישיבת זכרון ישעי' שליט"א זאל דרייון עפעס וויניגער ווי א זילבערנע לעקסוס? עפער א פארד צו האנדע איד'ל איז ער?
ער איז איינע פון די באדאנסקי איידעמער, א גביר אדיר. און אז פאר געלט קען מען דאך זיין א תלמוד חכם אויך, האט ער גע'עפענט א ישיבה פאר בחורים. בחורים האט ער כמעט נישט געהאט, האט ער צוגעלייגט א כולל צו די ישיבה עס אויפצובויען. למעשה האט ער נישט קיין איין בחור, נאר אינגעלייט אין כולל, אבער מען מוז עם רופן ראש ישיבה, ווייל וואס הייסט? ס'איז דאך באמת א ישיבה...

ער איז די "ראש המדברים" פאר אלע כינוסי הרבנים אין מאנסי.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שמעקעדיג האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איינער באמערקט אז מאנסי איז דער קופץ בראש ווען ס'קומט צו די מערכה?

נאטינג Wראנג, איך מאך נאר אן אבזערוואציע

יעפ איך האב אויך באמערקט. לייבעלע שרייבט עס אויכעט, ראה לעיל.

כ'האב געהערט די סיבה, וויבאלד אסאך מענטשן האבן פרובירט אויסצונוצן די פרייהייט פון מאנסי, האבן זיך די רבנים צוזאמענגענומען אנצוהאלטן מיט א שטייפקייט די פרומע רוח אין שטאט.

או כלך לדרך זה. די פרייהייט פון מאנסי לאזט צו אז אלע ליידיגייערס האבען א גרעסערע ארט. אין נארמאלע אומשטענדען, גיבט מען זיי א שטויס ארויס און מ'לאזט זיי מוחה זיין אין גאס אויף נייע רעסטוראנטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

שליחה דורך בן ישי »

יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.

איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?

נעוואדע, מרן ראש ישיבת זכרון ישעי' שליט"א זאל דרייון עפעס וויניגער ווי א זילבערנע לעקסוס? עפער א פארד צו האנדע איד'ל איז ער?
ער איז איינע פון די באדאנסקי איידעמער, א גביר אדיר. און אז פאר געלט קען מען דאך זיין א תלמוד חכם אויך, האט ער גע'עפענט א ישיבה פאר בחורים. בחורים האט ער כמעט נישט געהאט, האט ער צוגעלייגט א כולל צו די ישיבה עס אויפצובויען. למעשה האט ער נישט קיין איין בחור, נאר אינגעלייט אין כולל, אבער מען מוז עם רופן ראש ישיבה, ווייל וואס הייסט? ס'איז דאך באמת א ישיבה...

ער איז די "ראש המדברים" פאר אלע כינוסי הרבנים אין מאנסי.


איך פארשטיי נישט וואס די באוואשסט עם אזוי.
ער איז א באדאנסקי איידעם אין ס'ידוע אז באדאנסקי האט זיך גענימען (געקויפט) פיינע איידעמער תלמידי חכמים. שפעטער ווען ער איז אוועק איז צוגעקומען גדולה צו די תורה פון די איידעמער.
יא ער האט א פיינע כולל מיט אפאר עלטערע פיינע בחורים (ווענט זיך ווי א זמן).
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד..

.
בייגעלייגטע פיילס
סקווירא תקנות.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

שליחה דורך יהורם »

אנבעליוועבל!

עס איז דאך אזוי זינלאז און נאריש און מען קען דאך זען די היפאקריטיע קלאר... ווען דער רבי איז געפארן מיט נגידים אין פרעשבורג האט ער אויך געקוקט אויף די פילטערס פון זייערע סמארטפאונס?

איך בין געווען זייער נאנט צום סקולענער רבי'ן זצ"ל, ער וואלט אזאנס קיינמאל אין זיין לעבן נישט צוגעלאזט! ער האט ליב געהאט יעדן איד נישט קיין חילוק וואס פארא פילטער ער האט געהאט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך פאליטיקאנט »

און אז א חיוב שטעלט זיך יא צו האט נישט קיין סמארטפון, היט זיך די בארד, קוועטשט אויף "קעיץ" ביי קדיש, און שרייט ברוך יאמרו, דאס אלץ בשעת די גארטל רייסט שטיקער פונעם רעקל, אבער איז אויפגעשטאנען שפעט און פארפאסט א מקוה???
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך דרויסענדער »

אויסצוג פונעם אנטי אינטערנעט גליון, וואו זיי פרובירן מיט אלע כוחות אראפצומאלן א נארמאלע לעבנסשטייגער פון סוקסעספולע יונגערמאן ממש ווי א לעבן מלא עבירות חמורות.

די אקסן זענען ביזי מיט מיט שרעקליכע עבירות ווי 'פרינדזשעס אויף די ציצית' און 'זיך פארהערן הלכות שבת'. ה"י.
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דרויסענדער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך דרויסענדער »

און דאס איז ווייזט אויס די אלטערנעטיוו? דאס איז וואס די תורה פארלאנגט?

די חברה זענען אזעלכע בהמות אז נח וואלט זיי אויך נישט געהאלטן אינעם תיבה!...

בילד
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:א נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד.

די תקנות ווערן שטרענג אינפארסירט.

.
בייגעלייגטע פיילס
השמיעיני.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל אינדערהעים אין שטעטל איז געווען א בלאטע. (גראמט מיט טאאטע.)
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

מאך זיכער האט געשריבן:אנבעליוועבל!

עס איז דאך אזוי זינלאז און נאריש און מען קען דאך זען די היפאקריטיע קלאר... ווען דער רבי איז געפארן מיט נגידים אין פרעשבורג האט ער אויך געקוקט אויף די פילטערס פון זייערע סמארטפאונס?

איך בין געווען זייער נאנט צום סקולענער רבי'ן זצ"ל, ער וואלט אזאנס קיינמאל אין זיין לעבן נישט צוגעלאזט! ער האט ליב געהאט יעדן איד נישט קיין חילוק וואס פארא פילטער ער האט געהאט.

וואס חושטע ארום ?
וואס האט געלט מיט צוגיין צום עמוד ?
און וואס האט סקולען מיט סקווירא איינגעשטויסן ?
ער מוז אים עפעס אלעס נאכטוהן ?
איך עגרי נישט מיט זייערע גזירות און איך האלט נישט אז זיי גייען ערגעץ אנקומען מיט דעם , אבער סתם שיסן ליידיגע רעטאריק און די וועלט אריין האט נישט קיין פשט ... סארי

לחיים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מה בכך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:א נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד.

די תקנות ווערן שטרענג אינפארסירט.

האט בערך די זעלבע סמכות ווי ר' יואלי ראטה'ס שאלות ותשובות.... טריי עס אויס, באק א געזאלצענע געשיכטעלע און שיק עס אריין. און זיי וועלן עס קויפן אויף אלע פיר...
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
כניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך כניאק »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:א נייע שטאפל.....
איך האב מורא אז נעקסט קומט ווער עס גייט נישט שבת קיין שטיוול קען נישט דאווענען פאר'ן עמוד.

די תקנות ווערן שטרענג אינפארסירט.

די מעשיות זענען אמת אזוי ווי אלע אנדערע מעשיות פון די אויסגאבע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3924 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מה בכך האט געשריבן:האט בערך די זעלבע סמכות ווי ר' יואלי ראטה'ס שאלות ותשובות.... טריי עס אויס, באק א געזאלצענע געשיכטעלע און שיק עס אריין. און זיי וועלן עס קויפן אויף אלע פיר...

דו גלייכסט צו הרב דודי טווערסקי צו הרב יואלי ראטה?

האסט נישט ליב רב ראטה ווייל אין סקווער האט מען דיר פארקויפט אז ברסלב טויג נישט? ארלעדיגט, מוזט נישט רעדן וועגן אים אבער ווען יא זאלסטו שרייבן מיט דרך ארץ לויט די תקנות.
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

וואס מישטע צוויבל מיט לאקשן? איך האב סך הכל געזאגט אז א שיין חלק פון דעם גליון איז פאבריצירט און האט זיך קיינמאל נישט אנגעפאנגען.
והשנית אין פאקט איז ער א רבי און א כזית מענטשליכקייט מעגסטע נאך האבן ...
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

שמעון וואלף האט געשריבן:.זאלסטו שרייבן מיט דרך ארץ לויט די תקנות.

זאג מיר, האסט ארויס די קאנצעפט פון דיינע אייגענע ווערטער ?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

צדיקים האבן געזאגט אז אמאל זעהט איינער אז מ'איז מתפלל און ס'גייט נישט זאל מען וויסען אז די תפילות גייען נישט לאיבוד נאר ס'ווערט געטוישט אויף אנדערע וויכטיקע צוועקן. אזויווי ס'איז לעצטענס באריכטעט געווארן אז פופציג פראצענט פון חרדים אין ארץ-ישראל זענען אויף די אינטערנעט (אין אמעריקע לכאורה 90 פראצענט) וויל איך מחזק זיין די הייליגע טעראריסטן אז זייער טעראר מיטלען איז נישט געגאנגען לאיבוד. די אינטערנעט אסיפה האט געברענגט רעזולטאטן.

Iran Is Crushing What’s Left of Internet Freedom
https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... et-freedom
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 713
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כא’געהערט א גוט ווארט, ווי מען ווינטשט ביי א ברית אז "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים" - אז פונקט אזוי ווי ווען א איד מאכט א ברית פארלאנגט דער רבי פון די קהילה אז ער זאל מכובד ווערן מיט סנדקאות [און אין געוויסע פלעצער = אויב נישט איז אחת דתו...] און מען קוקט נישט נאך אויב דער טאטע פונעם רך הנמול האט א סמארטפאון אין זיין באזיץ, דאס זעלבע זאל געשעהן שפעטער אז כן יכנס לתורה אז מען זאל אנ-נעמען דאס קינד לתורה = אין מוסדות אויכעט אן קיין שום תנאים נישט קיין חילוק וואספארא כלי די טאטע מאמע פארמאגן....
רעאגיר