מידטוירם עלעקשנס 2014, נייעס, אנקעטעס, וואלנאכט רעזולטאטן,

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

מידטוירם עלעקשנס 2014, נייעס, אנקעטעס, וואלנאכט רעזולטאטן,

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ווען גייט זיין די מידטוירם עלעקשנס?
די עלעקשנס קומען פאר קומענדע דינסטאג נאוועמבער 4, לויט דעם געזעץ דארפן אלע נאציאנאלע עלעקשנס פארקומען די ערשטע דינסטאג פון נאוועמבער,

וואס מיינט דאס 'מידטוירם' עלעקשנס?
מידטוירם וואלן זענען די עלעקשנס וואס ווערט אפגעהאלטן דורכאויס אמעריקע אינמיטן דעם פרעזידענטס טערמין, ווי אלע אנדערע עלעקשנס ווערט עס אפגעהאלטן די ערשטע דינסטאג פון נאוועמבער,

וואס גייט מען וועלן אין די איצטיגע מידטוירם עלעקשנס?
מען וועלט פאר אלע מעמבערס פון די האוז אוו רעפרעזעטעטיווס (קאנגרעס) וואס אלע (435) קאנגרעסלייט האבן צוויי יעריגע טערמינען, און לויפן פאר ווידערוויילונג יעדע צוויי יאר,
אויך וועלט מען פאר א דריטל פון די סענאט, וואס האט הונדערט מיטגלידער, צוויי פער שטאאט, און יעדע צוויי יאר לויפן דריי און דרייסיג סענאטארן פאר ווידערוויילונג,

וואס איז די איצטיגע פארטייאישע צוזאמשטעל אין די האוז און סענאט?
אין די האוז האבן די רעפובליקאנער א אויבערהאנט פון 234 צו 199 דעמאקראטן,
אין סענאט האבן די דעמאקראטן אן אויבערהאנט פון 55 (אריינגערעכנט צוויי זעלבסטשטענדיגע וואס וועלן מיט די דעמאקראטן) צו 45 פאר די רעפובליקאנער,

וואס זענען די אונטערליגענדע פאקטארן וואס וועלן אויספארמען די איצטיגע וואלן?
די דעמאקראטן זענען אין א שווערע פאזיציע צוליב עטליכע פאקטארן,
1)היסטאריש פארלירט די פארטיי פון די אמטירנדן פרעזידענט אין די מידטוירם וואלן צו די אנדערע פארטיי,
2) פון די 36 סענאט זיצן וואס וועלן געשטימט ווערן היי יאר דארפן די דעמאקראטן פארטיידיגן 21 זיצן,
3)זיבן פון די דעמאקראטישע זיצן וואס מען גייט וועלן זענען אין רעכט גענויגטע שטאאטן וואו אבאמא האט פארלוירן צו ראמני אין 2012,
4)אבאמא איז היבש אומפאפולאר און די עקאנאמיע איז אויך נישט זייער גוט,

וואס איז די אטמאספער אין די פאליטישע קארידארן איבער די אויסגאנג פון די מידטוירם עלעקשנס?
די אנגענומענע מיינונג איז אז די רעפובליקאנער גייען צובאקומען עטליכע זיצן אין די האוז (וואו זיי זענען שוין יעצט א רוב), און פיל מער וויכטיג איז אנגענומען אז די רעפובליקאנער גייען צובאקומען זעקס ביז אכט סענאטארן, און אזוי האבן א רוב אין ביידע הייזער,

וואס פאסירט אויב די רעפובליקאנער באקומען צו פינף זיצן און די סענאט איז צעטיילט 50/50?
אין אזא פאל איז דער וויצע פרעזידענט די דעצידירנדע שטימע, וואס דאס וועט עפעקטיוו האלטן די סענאט ביי די דעמאקראטן,

וואס זענען די וויכטיגע סענאט פארמעסטן?
די וויכטיגע פארמעסטן זענען
1)קאלאראדא
2)ארקענסאו
3)אייווא
4)נארט קאראליינע
5)לואיזיאנע
6)אלאסקע
7)דזשארדזשיע
8) ניו העמפשיר,
איך האף אי''ה צו לייגן מער אינפארמאציע אינדיווידועל איבער די וויכטיגע סענאט און גאווערנאר פארמעסטן,
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2014-10-29-15-13-42-1.png
Screenshot_2014-10-29-15-13-42-1.png (103.42 KiB) געזען געווארן 4577 מאל
די 538 שאצונג אויב די רעפובליקאנער גייען איבערנעמען דעם סענאט,
די 538 שאצונג אויב די רעפובליקאנער גייען איבערנעמען דעם סענאט,
Screenshot_2014-10-27-21-03-07-1.png (57.89 KiB) געזען געווארן 4618 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר