דאס אומגלויבליכע פרשה פון ראָמאן זאַדאָראָוו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

דאס אומגלויבליכע פרשה פון ראָמאן זאַדאָראָוו

שליחה דורך שאלתיאל »

אום 6 דעצעמבער, 2006 אין שולע ''נופי גליל'' אין קצרין, ישראל, גייט א קלאס 8 מיידל ''תאיר ראדה'' אריין אין טוילעט און נאך עטליכע שעות טרעפט מען איר מיט א צעשפאלען האלדז און איר קערפער צובליטיגט צום טויט. דאס איז דער אנפאנג פון א דראמאטישע לאנגיעריגע פרשה וואס האט אויפגערודערט מד"י און ציעט זיך שוין פאר 16 יאר באקומענדיג נעכטן א דראמאטישע ווענדונג.

זעקס טעג נאכן מארד האט דער פאליציי ארעסטירט אַן אוקראינישן אימיגראנט מיטן נאמען ראָמאַן זאַדאָראוו וואס האט געארבעט אלץ קאנסטרוקשען ווארקער אין דער שולע אויפן פארדאכט אז ער דער מערדער. זייער פארדאכט האט זיך באזירט בעיסד אויף דער יאפאנישע מעסער מיט וואס ער האט געארבעט און וואס האט געקענט שטימן מיטן מארד; אויף דער מעסער קאלעקציע וואס מ'האט געפינען אין זיין הויז; די סתירות אין זיין ווערסיע און אויף דער פאקט אז ער האט מיסטעריעז אוועקגעווארפן זיינע קליידער סוף יענער טאג.
אין זיין טורמע צעל האט זאדאראוו מודה געווען אינעם מארד פאר א געהיימע פאליס מיטארבעטער אין א טאג שפעטער האט ער נאכאמאל אפן מודה געווען פאר די פארשער און אויך איבערגעשפילט פאר זיי דער מארד סיטואציע . לויט ווי ער האט געטענה'ט האט ער איר דערמארדערט צוליב וואס זי האט אים געשאלטן. נאך עטליכע טעג האט ער אבער צוריקגעצויגן פון זיין הודאה און געטענה'ט אז ס'איז געקומען נאך שווערע פסיכאלאגישע דרוק.
דער פרקליטות האט אים געשטעלט צו משפט אויפן שולד פון מארד. דער געריכט האט זיך געצויגן דריי יאר ווען אינמיטן האבן פארשער געפינען אפדרוקן פון שיך אויף דער הויזן פון דערמארדעטן מיידל וואס לויט די prosecution האט עס קאמפליטלי געמעטשט צו זאדאראוו'ס שוך. אום סעפטעמבער 2010 איז ער איז טאקע געפינען געווארן שולדיג דורך די אלע דזשודזשעס אייניג וועלכע האבן באשטימט מיט א זיכערקייט: ''עס איז נישט קיין ספק אז דער באשולדיגטע איז דער מערדער פון תאיר ראדה''. זיי האבן באשטימט אז זיינע קאנפעסשענס זענען אטענטיש און אז מ'רעדט דא פון אן אגרעסיווע מענטש, א אונטערגעציפטע און א מאניפולעטער. זיי האבן אים פאראורטיילט צו לעבנס-לענגליכע טורמע.
אין 2013 האט זאדאראוו'ס אדוואקאט יורם הלוי זיך געוואנדן צו בג"ץ מיט פארשידענע טענות וואס האבן ארויפגעברענגט פראגע צייכענעס איבער באווייזן אויף וועלכע די prosecution האט געבעיסד זייער קעיס. צווישן אנדערע איבער דער מעטש צווישן די שוך אפדרוקן צו דער שיך פון זאדאראוו. אין מערץ 2013 בג"ץ באפוילן דער דיסטריקט געריכט צו אונטערזיכן פון פריש דער פסק דין בעיסד אויף די פרישע אפיניענס אבער די דזשודזעשס אין נצרת האבן איינשטימיג אפגעווארפן די טענות פון די דעפענס און ווידעראמאל באשטימט צום צווייטן מאל זאדאראוו'ן אלץ זיכערער מערדער פונעם מיידל.
א יאר שפעטער אין 2015 האט בג"ץ איינשטימיג אפגעוויזן נאך א פארלאנג פון זאדאראוו פאר אן אאפפיעל מיט א מערהייט פון 2 קעגן איינס טענה'דיג נאכאמאל אז זאדאראוו איז ''בלי כל ספק'' דער מערדער.

אין 2019 האט דער פרשה באקומען א שטיקל ווענדונג נאך וואס זאדאראוו'ס אדוואקאט האט געברענגט פארן געריכט א פרישע אפיניען איבער א געפינס פונעם מארד סצענע: בלוט אין פארם פון א שיך אויפן טוילעט וואס מען האט נישט געקענט בשו"א באציען צום מיידל און דערפאר געמוזט זיין פונעם מערדער אבער דער שוך פארם האט קלאר נישט געשטימט מיט זאדאראוו'ס שוך, משמע- דער רוצח איז נישט זאדאראוו.
נאך וואס דער פרקליטות האט מודה געווען אז עס זענען ''געפאלען עטליכע טעותים'' אין דער קעיס האט בג"ץ באפוילן אויף א Retrial און נעכטן, 16 יאר נאכן ארעסטירט ווערן און 13 יאר נאך וואס דער בית משפט האט איינשטימיג באשטימט אז ער איז ''בלי שום ספק'' דער מערדער האט דער געריכט אין נצרת מיט א רוב פון 2 קעגן 1 ריינגעוואשן זאדארוו ''מחמת הספק'' (ד"ה אז מען האט נישט מצליח געווען איבערצייגן די דזשוזדשעס אין זיין שולד) והעיר שושן נבוכה.

ס'טייטש, 16 יאר איז אַן אומשולדיג מענטש געזיצן אין טורמע אומזיסט ווען דער מידיע גייט האנט ביי האנט מיט די פרקליטות און לאו אינסטאנצן און באשולדיגן אים מיט א זיכערקייט איינמאל און נאכמאל און נאכאמאל, אָן זיך אפשטעלן פאר א מינוט, טראכטן און ארויפברענגען די אומצאליגע Question marks וואס האט ארומגענומען דער קעיס. ומי יודע כמה ''זאדאראוו'ן'' איכא בשוקא. ס'כאפט א שרעק.

א טוויט פון דער כתב משפט פון טשענעל 13 אביעד גליקמאן אין 2018 ווי ער באשטימט מיט א פעסטקייט אז עס נישטא קיין שום בארעכטיגונג פאר א Retrial ווייל זאדאראוו איז זיכער דער מערדער:
336312036_199632522774468_8638436797349517074_n.jpg
זאדאראוו נישט, ווער יא?

דער מארד געשיכטע וואס האט אויפגעטרייסלט דאס לאנד בשעתו בלייבט ווידער פארנעפלט און א גרויסע פראגע צייכן הענגט איבער איר: אויב נישט זאדאראוו, ווער איז געווען דער מערדער?
פארשידענע אלטערנעטיוו השערות זענען ארויפגעברענגט געוארן אין לויף פון די יארן אין פארשידענע דאקאמענטעריס איבערן קעיס. איינס פון זיי, דער מאמענטאלע דאקאמענטערי סעריע צל של אמת וואס האט זיך דעגרונטעוועט נאכן קעיס און ארויפגעברענגט אסאך פראגע צייכענעס איבער די אויפירונג פון די לאו געזעץ אוטאריטעטן האט געטענ'הט איבער א אומסטאבילע פרוי אולה קרבצ'נקו אלץ מערדער בעת וואס א שפעטער'דיגע פילם 'הצל הכבד'' האט עס אפגעפרעגט. אזוי צו אזוי איז דער גאנצע פרשה ארומגעהילט מיט מיסטעריע און וועט אונז נאך לכאורה באגלייטן פאר די קומענדיגע יארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר