וואס איז געשעהן מיט "הצורפים" פון בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

וואס איז געשעהן מיט "הצורפים" פון בארא פארק

שליחה דורך חתם סופר »

די בארימטע הצורפים זילבער קאמפעני האט געהאט זייער הערליכע "פלעגשיפ" געשעפט אין בארא פארק און ס'האט זיך פארמאכט פון איין טאג צום צווייטן פונקט א וואך פאר פסח ווען ס'איז די שטערקסטע סיזען. לעצטע וואך מיטוואך איז די געשעפט נאך אנגעגאנגען געהעריג מיט'ן גאנצן קראפט, און דאנערשטאג פרייטאג איז דער געשעפט אינוואדירט געווארן דורך א אנדערע זילבער געשעפט מיט'ן נאמען סיגנעטשער פון מאנסי, און דורך די וואך האבן זיי געמאכט א גרויסע אויספארקויף אויף אלע זילבער פון הצורפים.

בשעת די אויספארקויף איז געוועהן נאר די נייע סטעף פון סיגנעטשור, און ווי ס'קוקט אויס האבן אלע הצורפים ארבייטערס פארלוירן זייער דזשאב פון איין טאג צום צווייטען. אויך איז אינטערסאנט אז סיגנעטשור האט מחליט געווען צו מאכן א גרויסע going out of business sale אויף אלע הצורפים זילבער, און הצורפים האט נישט מיטגענומען זייער זילבער צו זייערע אנדערע געשעפטן אין אמעריקע און אין א"י.

אויך איז אינטערסאנט אז די נאמען הצורפים איז אראפגעקומען פון געשעפט פון איין מינוט צום צווייטן, און בשעת די אויספארקויף האט מען פארקויפט די הצורפים זילבער אין סיגנעטשער בעגס.

די גאנצע מעשה איז מאדנע ביז גאר. איינער האט אפשר א אהנונג וואס דא איז געשעהן?

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר