עמטליכער טיילונג אין גור

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

עמטליכער טיילונג אין גור

שליחה דורך איסר האטלקי »

נאך די געלונגענע ערשטע טעג ביי האדמו"ר רבי שאול אלתר מגור שליט"א ווען טויזנטער חסידי גור האבן זיך באטייליגט ביי די תפילות און עריכת השולחנות וועט אויסגערופן ווערן היינט נאכט אין גור אז ווער עס טרעט אריין צו אים ווערט אויסגעשלאסן פון די קהילה און מוסדות.

די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט האט געפלאצט, דער גורער קען מער נישט דערליידן זיין סוקסעס. די סיבה צום יעצטיגן אנגעצויגנקייט איז געווען 'פרשת בערלינער' ווען האדמו"ר הגר"ש שליט"א האט זיך אנגענומען פאר בערלינער און קעגן גור לגבי די מיידל קעמפ.

ווי עס קוקט אויס וועלן די איבריגע קינדער פון פני מנחם זיך אננעמען פאר זייער ברודער רבי שאול, און ארויסגיין פון גור. דאס וועט זיין א שטארקע פאטש פארן גורער רבי'ן. אבער ער קוקט קיינמאל נישט אויף פאראויס, נאר וויאזוי זיין כעס ציט אים אויף די מינוט, ווי ס'האט זיך שוין ארויסגעשטעלט כמה פעמים.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20191018_093529.jpg

דער אשכול פארמאגט 146 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר