די שוידערליכע געשיכטע פון לוטענאַנט-גענעראל מייקל פלין.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

די שוידערליכע געשיכטע פון לוטענאַנט-גענעראל מייקל פלין.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – א פרישע זאווערוכע האט זיך אראפגעלאזט אין וואשינגטאן. פרישע האר-אויפשטעלנדע אנטפלעקונגען, איבער די שוידערליכע קאראפציע פון די העכסטע שישקעס פון די אבאמא שפיאנאזש אגענטורן, קומען אצינד ווידעראמאל צום אויבערפלאך. און עס איז ממש נישט צו גלייבן ווי קאראפטירט און פרעך די אבאמא פאסקודניאקעס זענען ווירקליך געווען. מאנכע זענען גאר ביי די מיינונג אז דער גרעסטער אויפטוה ביזדערווייל פון פרעזידענט טראמפ, איז געווען דאס שיקן ליפטערן דעם שרעקליכער פרעכער אונטערוועלטניק זשעימס קאומי, וואס האט געדינט אלס דער אויפזעער פון די עף.בי.איי. אונטער פרעזידענט אבאמא.

פרעזידענט אבאמא ווארענט טראמפ איבער מייקל פלין:
איידער דער געוועזענער פרעזידענט כאסעין אבאמא האט פארלאזט דאס ווייסען הויז צום גוטן, האט ער אנגעזאגט פארן אריינקומענדן פרעזידענט טראמפ צוויי זאכן וואס ער האט געפונען פאר גאר וויכטיג. ערשט אז צפון קאריעא איז דאס גרעסטע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, און צווייטנס אז ער זאל זיך אויסהיטן פון גענעראל מייקל פלין. דאס זענען געווען די סאמע צוויי וויכטיגסטע זאכן וואס דער ארויסגייענדער פרעזידענט האט געפונען פאר וויכטיג אז זיין נאכפאלגער פרעזידענט טראמפ זאל זיין באוויסטזיניג... דאס אז צפון קאריעא איז א געפאר פאר די זיכערהייטס פון די וועלט איז א זעלבסטפארשטענדליכער זאך, אבער פארוואס האט דער אבאמא געפונען פאר אזוי וויכטיג צו ווארענען דעם פרעזידענט איבער גענעראל מייקל פלין? און ווער איז אייגענטליך דער מייקל פלין?

גענעראל מייקל פלין איז א בארימטער אמעריקאנער קריגס-העלד. ער האט העפטיג אנטייל גענומען אין די שלאכטן אין איראק און אפגאניסטאן וואו ער האט גאר העראאיש געקעמפט. ער איז נאכאנאנד געשטיגן אין די מיליטערישע ראנגן ביז ער האט זיך דערשלאגן צום אמט פון א דריי שטערנדע לוטענאַנט-גענעראל! ער איז געווען פון די סאמע ערשטע אינעם וואשינגטאן זומפ צו שטיצן דאן קאנידאט דאנאלד טראמפ. און א דאנק זיין ברייטע עקפערטיז אין מיליטערישע און שפיאנאזש אנגעלעגנהייטן, האט אים טראמפ באשטומט פאר זיין הויפט נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער.

דער דאזיגער שריט פון טראמפ האט שרעקליך דערשראקן די הויפט-קעפ פון די קאראפטירטע אבאמא שפיאנאזש אגענטורן. זיי האבן גוט געוויסט אז דער ערפארנער גענעראל איז גאר גוט באהאווענט איבער אלעס וואס שפילט זיך אפ אינעם וואשינגטאן זומפ. נעמליך, אין יענע טעג איז שוין אפאראציע קראספייער האריקעין געווען טיף אין איר גאנג. די אבאמא שפיאנאזש אגענטורן האבן שוין דאן אומגעזעצליך און אין העכסט-געהיים שפיאנירט אויף מערערע הויכע טראמפ באאמטע. און דאס האט דער אונטערוועלטניק אבאמא נישט געוואלט אז דער פרעזידענט זאל וויסן, ווארים ער האט געוואלט אז דער פרעזידענט זאל זיך נישט קענען אויסהיטן, און אזוי ארום ענווענטועל אריינפאלן אין א פאסקע וואס וועט אים קאסטן זיין פרעזידענטשאפט, ווי ס'האט טאקע שפעטער שיעור פאסירט! אבאמא האט געוויסט אז גענעראל מייקל פלין וועט דאס באלד דערשנאפן און ווארענען פרעזידענט טראמפ דערוועגן. דערפאר איז ער געווען אזוי אויסן אז טראמפ זאל ווי שנעלער פטור ווערן פון מייקל פלין.

דער פרעזידענט האט אבער ווי יעדער קליגער מאן געטאן גענוי פארקערט פון וואס זיין בלוטיגער ארכי פיינט האט אים געראטן. ער האט דירעקט יא באשטימט מייקל פלין אלס זיין נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער. גענעראל פלין האט פון זיינע ערשטע שריט דייטליך קלאר-געשטעלט, אז ער גייט דראסטיש אויפשאקלן די שפיאנאש אגענטורן אין וואשינגטאן ווי קיינמאל פריער. איבעריג צו זאגן אז קישקעס אין וואשינגטאן האבן זיך געדרייט ווי ווילדע דריידלעך...

זשעימס קאומי שמוגלט אריין אגענטן אין ווייסן הויז, און שטילט אונטער א געמיינע פאסקע פאר גענעראל פלין:
דער נידערטרעכטיגער אונטערוועלטניק קאומי איז געווען אויסן פטור צו ווערן פון גענעראל פלין, און נאך איידער ער באווייזט אויסצופירן זיין פלאן אויפצושאקלן די שפיאנאש אגענטורן. דערפאר האט ער באשלאסן אויסצונוצן די מאכט-איבערגאנג אינעם ווייסן הויז פאר זיינע נידעריגע אינטרעסן. ער האט אריבערגעשיקט צוויי אגענטן "צו שמיעסן" מיטן נארוואס געווארענער נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער מייקל פלין.

אין אלגעמיין דארף די עף.בי.איי. אינפארמירן אדוואקטן אינעם ווייסע הויז איידער זיי פארשן אויס סיי וועלכע ווייסע הויז באאמטע. און אין צוגאב דארף א ווייסע הויז אדוואקאט זיין אנוועזן אין צימער דורכאויס די אויספארשונג. אבער קאומי האט אויסגענוצט די כאאסישע טראנזיציע לאגע, און ער האט באוויזן אריינצושמוגלען צוויי געהיימע אגענטן אינעם ווייסן הויז אויסצופארשן גענעראל פלין. און נישט בלויז דאס, נאר קאומי האט געהייסן פאר זיין קאלעגע, א צווייטער אבאמא-קרוק מיטן נאמען ענדרו מעקעיב, אז ער זאל פארזיכערן גענעראל פלין אז ער דארף זיך נישט גארנישט שרעקן און אז ער נויטיגט זיך אין גאנצן נישט אין קיין אדוואקאט! נאך א פרעכע שגץ שטיק!

די אגענטן האבן אויסגעפארשט גענעראל פלין איבער א געשפרעך וואס ער האט געהאט מיט סערגעי קיסעליאַק – דער רוסישער אמבאסאדאר אין וואשינגטאן. ווי ס'הייסט האט גענעראל פלין געפירט מיט אים פארהאנלונגן צו פארלייכטערן די סאנקציעס וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהאט ארויפגעלייגט אויף רוסלאנד, אלס א שטראף פארן אנגעבליך מאנעווירן אין די פרעזידענטליכע וואלן. (דאס אז די רוסן האבן געפאשקעט מיט די אמעריקאנע פרעזידענטליכע וואלן, איז א זאך וואס אלע ליבעראלן אין וואשינגטאן מוזן הייליג גלייבן, ווארים די פאקט אז א רייכע פריץ פון ניו יארק האט געקענט אזוי באזיגן אזא לאנגיעריגע גרויסער פראש אינעם וואשינגטאן זומפ ווי פרוי קלינטאן, פון די סאמע גרעסטע פון זיי איז פאר זיי א שרעקליכע שאנדע און א נידערלאגע. די אנדערע שוועסטער-פרעש אינעם זומפ האבן זיך נאך ביז צום היינטיגן טאג נאך נישט אויסגעקורירט פון דעם הילכיגן פראסק וועלכע האט אפגעהילכט איבער גאנץ אמעריקע, פון די קאראליינעס ביז צו די מייעסטעטישע בערג אין סיאטל – וואשינגטאן.) גענעראל פלין האט גענוצט זיינע אויסגעשפיצטע שפיאנאזש אינסטיקטן, און ער האט זיך גוט געהיטן נישט מיטצוטיילן מיט די אויספארשער קיין זאכליכע אינפארמאציע איבער די דיסקאסיעס...

ווען די עף.בי.איי. איז געוואויר אז פלין האט זיי געפירט קטנ'ען, האבן זיי אים אנגעקלאגט מיט ליגנט זאגן פאר פעדעראלע באאמטע. און זיי האבן אים גאר געצווינגן אונטערצושרייבן א שולד קלאגע. זיי האבן גלייכצייטיג געסטראשעט מיט אנקלאגן זיין זון אויב ער שרייבט נישט אונטער זיין שולד. אין רעזולטאט איז גענעראל פלין געווען געצווינגן צו רעזיגנירן פון זיין פאסטן מיט שאנדע, און ער שטייט היינט צו טאגס אויס "הארבע קרימענאלע קלאגעס"...

געהיימע נאטיצן ווערן אנדעקט:
די אדוואקאטן פון גענעראל פלין האבן קאטאגאריש פארלאנגט פון די עף.בי.איי. אז זיי זאלן ארויסגעבן די ארגינעלע מאנאסקריפטן פון די אויספארשונגן, טאקע פעסטצושטעלן צו פלין האט ווירקליך ליגענט געזאגט. אבער די עף.בי.איי. האט זיך אנטזאגט דאס ארויסצוגעבן, מיטן אויסרייד פון נאציאנאלע זיכערהייט. דאס האט באדייט אז זיינע אדוואקאטן האבן אפילו נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט אים ריינצוואשן. דאס הארצלאזיקייט דערפון איז ממש אומבאגרייפליך. אוועק געלייגט א מענטש מיט זיין פארמעגן אויף שטענדיג, און אפילו ריינוואשן קען ער זיך נישט!

אין זיין נויט איז גענעראל פלין געווען געצווינגן צו פארקויפן זיין הויז, און אויפנעמען טייערע און געניטע אדוואקאטן צו באקעמפן די רשעות פון די עף.בי.איי. זיין אדוואקטקע א פרוי מיטן נאמען סידני פאול, האט אנגעהויבן מיט אן אגרעסיווע קאמף ארויסצובאקומען פון די עף.בי.איי. די געהיימע מאנאסקריפטן, אבער זי האט צום באדויערן געטאפט א וואנט! ביז דער יוסטיץ מיניסטער וויליאם באר האט ענדליך דערהערט דעם וויי געשריי פון פלין און זיין פאמיליע. מיניסטער באר, האט באאויפטראגט דעם פעדעראלער פּראָקוראָר פון מיזורי זשעפערי זשאנסען, אריינצוקוקן אין די זאך פון די נאנט. און דאן האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו רירן אין גינסטן פון גענעראל פלין. די עף.בי.איי. איז אין די טעג געצווינגן אנצוהייבן צו פארעפענליכן זייערע דאקימענטן. די האר פון קאפ שטעלן זיך קאפויער ווי געמיין און קאראפטירט די אגענטן זענען געווען. פרישע נאטיצן פון די צוויי ליבע פייגלעך, פיטער סטראק און די ליבע פון זיין הארץ, ליסא פעיזש, די צוויי הויפט אגענטן פאר אלעם בייזן, צייגן דייטליך אז די עף.בי.איי. איז לעגאל געווען פארפליכטעט צו שליסן די אויספארשונג אויף גענעראל פלין, צוליב א מאנגל פון זאכליכע באווייזן. אבער דער הארצלאזער נידערטרעכטיגער סטראק האט נישט ערלויבט. די אויספארשונג איז טאקע ווייטער אנגעגאנגן ביז מ'האט ענדליך געפונען עפעס א באווייז אז גענעראל פלין האט נישט געזאגט אזוי דעם גאנצן אמת....

אין אנדערע נאטיצן וואס א צווייטע הויכע אגענט האט זיך פארגעשריבן מיט א פעדער ליינען זיך ווי פאלגענד:
זיי ווילן אז איך זאל אויספארשן גענעראל פלין, וואסאיז די ענדע ציל? צוויי זאכן: אויב זאגט ער די אמת, דאן גייען מיר אים אנקלאגן פארן פארלעצן דעם לאוגען אקט. (דאס איז א געזעץ וואס פארבאט פאר אומבאפולמאכטיגע אמעריקאנע בירגער צו רעדן צו א פרעמדע רעגירונג אין נאמען פון די אמעריקאנע רעגירונג. דער געזעץ פארמאגט שוין שיכטן שטויב אויף זיך, און עס איז קיינמאל נישט ווירקליך גענוצט געווארן אנצוקלאגן עמיצן) און ווידעראום אויב זאגט ער נישט דאס גאנצע אמת, דאן גייען מיר אים אנקלאגן פארן ליגענט זאגן פאר די עף.בי.איי. אין אנדערע ווערטער דער אגענט שרייבט זיך פאר אז וואס אימער גענעראל פלין זאגט איז פארהאן א וועג אים אוועקצולייגן... און דאס האט פאסירט דא אין די פאראייניגטע שטאטן, און נישט אינעם רויטן פארבאנד אדער אין מאדאגאסקאר...

עס איז צום האפן אין די ליכט פון די פרישע נאטיצן און דאקימענטן, וועלן די ליידן פון גענעראל פלין און זיין פאמיליע קומען צו אן ענדע... די שאנדפולע אקטן פון די הויכע קאראפטירטע אבאמא שפיאנזש אגענטן, וועלן פאראייביגט ווערן אין די היסטאריע ביכער פאר אייביגע שאנדע...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר