קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך היכי דמי » זונטאג יוני 14, 2020 2:32 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:זע איך אז די "פאליטיקאנטן" האבן זיך אויפגעוועקט......

אבי דירוילעם זאל זיך איינרעדן אז זיי טוען...בילד

שמחה אייכענשטיין קאמפיינט שוין דערפאר עטליכע וואכן.
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

Re: קינדער פראטעסט פאר קעמפס און פארקס!

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג יוני 14, 2020 2:59 pm

גוט געזאגט, "קאמפיינט", די לעצטע פאר וואכן האט ער שוין געגאנגן אזוי ווייט ווי ארויסגעבן צוויי ווידעאס אז מ'מוז עפענען קעמפ.

קומענדיגע עלעקשאנס וועל איך שטיין אין די רייע 8:45 אינדערפרי צו שטימען פאר עם!, כ'קען קוים ווארטן פאר זיינע קומענדיגע ווידעאס...
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג יוני 16, 2020 9:48 am

Screenshot_20200616-093343_WhatsApp.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1853 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דינסטאג יוני 16, 2020 6:03 pm

אז עס באדערט מענטשן אז די פארקס זענען פארמאכט, און זיי ווילן גיין קעגן די געזעץ און עס אויפברעכן, פיין און וואויל. אבער פארוואס שפילן אונז די נעבעך געים אז די גאווערמענט מיינט זיכער אונז.

אונז זענען אזוי צוגעוואינט צו שרייען אז מען האט אונז פיינט, אז איצט ווען די געזעץ איז פאר די גאנץ ניו יארק סיטי שרייען אונז ווידער אנטיסימיטן, און אז די מעיאר מיינט אונז.

עס דערמאנט מיר ווען פאר עטליכע וואכן צוריק ווען טראמפ האט געזאגט אז געבעט הייזער איז וויכטיג און עס זאל זיין אפען, האט ער פארגעסן פון די מיליאנען קריסטן און מוסלימענער אין אמעריקע, און ער האט עס נאר געעפענט וועגן א רבי אין א קליינע שטעטעלע מאנרא אין אפסטעיט ניו יארק. (און טראמפ איז געווארן די גאנצע העלד, און מען האט פשוט פארגעסן אז די גאנצע שוהל פארשליסונג איז געקומען פון אים)

ניין! נישט אלעס איז אידן! ווען טראמפ זאגט געבעט הייזער איז וויכטיג מוז נישט מיינען אז ער מיינט אונז, און אויב יא, מיינט ער אוודאי נישט "נאר אונז" און ווען דעבלאזיע לאזט נישט עפענען פלעיגראונדס מיינט ער אויך נישט אונז!...

עס איז דא 1,700 פארקס און פלעיגראונדס אין ניו יארק סיטי, זיין געזעץ לויטעט אז 'פלעיגראונדס' דארף זיין פארשלאסן, און עס איז נישט נאר וויליאמסבורג און בארא פארק. אין פאקט זענען אומצאליגע פארקס אין מאנהעטן, ברוקלין און אין די בראנקס פארשפארט, טיקעטס זענען פארטיילט געווארן פאר גוים וועלכע זענען געגאנגען שפאצירן מיט זייער הונט'ל אין פארק. פון די אנדערע זייט זענען אלע אפענע פארקס פול מיט אידן יעדן טאג און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.

איך האב שוין געזעהן אויף טוויטער עטליכע גוים פרעגן מיט וואונדער פארוואס נאר ביי די אידישע געגענטער מאכט מען א מצב מיט די פארקס, ווען זייערס איז אויך פארשלאסן. איך מיין אז די גאנצע מצב וואס מען מאכט איצט קען אנרייצן אונזערע שונאים.

הערטס אויף שרייען וואלף, ווייל ווען עס וועט זיין א עכטע וואלף וועט ענק קיינער שוין נישט אויסהערן.
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 16, 2020 6:58 pm

היכי דמי האט געשריבן:אז עס באדערט מענטשן אז די פארקס זענען פארמאכט, און זיי ווילן גיין קעגן די געזעץ און עס אויפברעכן, פיין און וואויל. אבער פארוואס שפילן אונז די נעבעך געים אז די גאווערמענט מיינט זיכער אונז.

ווען מען קומט אן אינמיטן א מעשה איז שווער צו פארשטיין געוויסע חלקים פון די פארזעצונג..

ס'הייבט זיך אן ווען דיבלאסיא איז געווען דער וואס האט גערעדט און געטוויט פון "אידן ספעצעפיש", אזוי אויך איז ער פערזענליך אראפגעקומען קיין וויליאמסבורג צו שטערן א לויה, אלעס אין די זעלבע טעג ווען מאסן ניו יארקער האבן זיך פארזאמעלט אין פארקס צו באטראכטן די עראפלאנען, אדער סתם אזוי.

מיט די דאזיגע מעשים האט ער געוויזן קלאר "מיט געוויסע וועל איך זיין שטרענגער און ביי אנדערע נישט", דאן איז געקומען די קארניוואל צושטערונגען אין היימישע געגנטער וואס האט בלויז צוגעגיבן צום פייער, אזוי אז יעצט, אפילו ס'איז נאר פאראן "שמועות" אז מען איז שטרענגער מיט פארקס אין די היימישע געגנטער (די אמת ווייס איך נישט), וועלן עס פילע גלייבן.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 16, 2020 7:03 pm

דאס אז "גוים פרעגן אויף טוויטער" מיינט נישט קיין סאך.. ע"פ רוב דער גוי וואס פרעגט דאס, איז איינער וואס האלט אז מען דארף זיך נאך פארשפארן.
די אנדערע "גוים" (די וועלכע ס'באדערט די משונה'דיגע גאווערנמענט פאליסיס) פרייען זיך שטארק אז 'סאיז פאראן די וועלכע שלאגן זיך מיט די דיקטאטורישע (אין זייערער אויגן) רעגירונג (אז דו ווילסט קענסטו באקומען מערערע מראה מקומות פון "גוים" וואס דריקן אויס שטארקע שטיצע פאר די פעולות).
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 16, 2020 9:26 pm

פארגעסן צו דערמאנען די פראטעסטן, ביי וואס דיבלאזיא האט פארגעסן פון זיינע פאליסיס "און אז קיינער איז נישט העכער פון געזעץ".
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 16, 2020 9:26 pm

ביים זעהן דיבלאזיא'ס תגובה אויף די אידישע פארקס שאלה אז קיינער איז נישט העכער'ן געזעץ האב איך מיר כמעט געציפט צו זעהן אויב איך בין אויף...
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 16, 2020 10:32 pm

א. די וואס שטימן מיט די אידען זענען נישט ווערט אזויפיל ווי די וואס רעגן זיך. עס איז נישט אין אונזער אינטרס צו זיין לשיחה בפי הבריות, די רעכטע ווילן נישט די חרדים זאלען ווערן זייער פריינט.

ב. אין קעלם האט מען שטארק מקפיד געווען אויף פונקטליכקייט. איין מאל איז מען געקומען צום דאווענען, און די טויער איז געווען פארשפארט. באלד איז געקומען די זמן קבוע צום דאווענען, און קיינער האט נישט געהאט די שליסל. א פלינקע בחור איז געקראכן און געשפרינגן העכער די וואנט, און ער האט גע׳עפענט די טויער, און מ׳האט געקענט דאווענען. דער אלטר פון קעלם האט געהאלטן עטליכע שמועסן דאס צו פארדאמן, ״איינער וואס א שלאס האלט אים נישט אפ, וואס וועט אים יא אפהאלטן?״
אזעלכע פראטעסטן, אין פראנט פון קינדער, איז א חינוך פון א לעבן אן אן עול, מ׳האדעוועט פראי אדם.

ג. ווי איז דער שכל? מיינסט ביסט שטערקער ווי אים? וואס פארא קינדערישקייט איז דאס צו שפילן טאטי, און שרייען אין א קאמערא. מ׳קען דאך ארעטסירן דער טישלר, ואנה יוליך את חרפתו. תפיסה איז א געפערליכע עקספיריענס, אפילו פאר איין נאכט. וואס פארא הפקרות איז דאס, זיך צו ריזיקירן די וואוילזיין אויף אזעלכע זאכן?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יוני 16, 2020 11:25 pm

ס'באקאנט די מעשה פון יענער וואס איז געשטאנען אין שורה אויפן וועג אריין צום גאז קאמער, און ס'האט איהם עפעס נישט געשמעקט די גאנצע מצב האט ער אנגעהויבן פארפירן, האט איהם איינער שטיל געמאכט, שאַ, מאך נישט קיין חילול השם....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2522
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך יוני 17, 2020 12:18 am

IMG-20200617-WA0005.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1853 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יוני 17, 2020 10:56 am

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יוני 17, 2020 12:49 pm

צענדליגער טויזנטער טאטעס, מאמעס, און קליינע קינדער ווערן בעוול'ט לעיני השמש, און מען קומט מיר דא פארציילן מעשה'לעך משלים און גוטע ווערטער.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 17, 2020 1:28 pm

יא, מ'פרעדיגט צו זיי אז מ'דארף נוצן געוואלט און מ'דארף שרייען און צוברעכן שלעסער, אין די נאמן פון 'רעכטן'. דאס איז א געוואלדיגע עוולה. מ'דארף אויפציען קינדער צו זיין איידעל און מענטשליך, נישט נוצן די כח האגרוף. ענדערש פארלירן וואס עס קומט זיך, אבי נישט צו נוצן די פויסטן. לדאבוננו האבן געוויסע קרייזן געברענגט פון די גוים דער מהלך ביי אונז, אז מ'נעמט מיט הענט און פעטש, און יעצט הייבן זיי אן דאס צו טון צו די גוים אויך.

הער אויף בא'עוולה'ן די קינדער לעיני השמש, הער אויף זיי אויסצולערנען די מהלך פון די קאמוניסטן, וואס אלע מיטלן זענען פארהייליגט געווארן דורך די ציל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך יוני 17, 2020 1:31 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:דאס אז "גוים פרעגן אויף טוויטער" מיינט נישט קיין סאך.. ע"פ רוב דער גוי וואס פרעגט דאס, איז איינער וואס האלט אז מען דארף זיך נאך פארשפארן.
די אנדערע "גוים" (די וועלכע ס'באדערט די משונה'דיגע גאווערנמענט פאליסיס) פרייען זיך שטארק אז 'סאיז פאראן די וועלכע שלאגן זיך מיט די דיקטאטורישע (אין זייערער אויגן) רעגירונג (אז דו ווילסט קענסטו באקומען מערערע מראה מקומות פון "גוים" וואס דריקן אויס שטארקע שטיצע פאר די פעולות).

אז א גוי שליסט זיך אן מיט אונז און שטיצט אונז פאר א ווילדע אקט, גייט מיר נישט אזוי ווייט אן ווי דער גוי וואס באקומט שפאס פאר זיין שנאה קעגן אונז און קען צוברענגן צו שפעטערדיגע שווערע קאנסקיווענצן.
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך יוני 17, 2020 1:36 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:פארגעסן צו דערמאנען די פראטעסטן, ביי וואס דיבלאזיא האט פארגעסן פון זיינע פאליסיס "און אז קיינער איז נישט העכער פון געזעץ".

זאגסט דאך אזוי גוט. קיינער איז נישט העכער די געזעץ, נישט די שווארצער און נישט די ווייסער. הונדרעטער זענען ארעסטירט געווארן ביי די פראטסעטן און נאך אסאך גייען ארעסטירט ווערן, אזויווי באריכטן זאגן אז די FBI אינאיינעם מיט די פאלציי האבן אוועקגעשטעלט ספעציעלע איינהייטן וואס גייען נאך זיכערהייט קעמערעס און גייען ברענגן צו געריכטיגקייט פארברעכער.
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך יוני 17, 2020 1:39 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. די וואס שטימן מיט די אידען זענען נישט ווערט אזויפיל ווי די וואס רעגן זיך. עס איז נישט אין אונזער אינטרס צו זיין לשיחה בפי הבריות, די רעכטע ווילן נישט די חרדים זאלען ווערן זייער פריינט.

ב. אין קעלם האט מען שטארק מקפיד געווען אויף פונקטליכקייט. איין מאל איז מען געקומען צום דאווענען, און די טויער איז געווען פארשפארט. באלד איז געקומען די זמן קבוע צום דאווענען, און קיינער האט נישט געהאט די שליסל. א פלינקע בחור איז געקראכן און געשפרינגן העכער די וואנט, און ער האט גע׳עפענט די טויער, און מ׳האט געקענט דאווענען. דער אלטר פון קעלם האט געהאלטן עטליכע שמועסן דאס צו פארדאמן, ״איינער וואס א שלאס האלט אים נישט אפ, וואס וועט אים יא אפהאלטן?״
אזעלכע פראטעסטן, אין פראנט פון קינדער, איז א חינוך פון א לעבן אן אן עול, מ׳האדעוועט פראי אדם.

ג. ווי איז דער שכל? מיינסט ביסט שטערקער ווי אים? וואס פארא קינדערישקייט איז דאס צו שפילן טאטי, און שרייען אין א קאמערא. מ׳קען דאך ארעטסירן דער טישלר, ואנה יוליך את חרפתו. תפיסה איז א געפערליכע עקספיריענס, אפילו פאר איין נאכט. וואס פארא הפקרות איז דאס, זיך צו ריזיקירן די וואוילזיין אויף אזעלכע זאכן?

אז טישלער וועט ארעסטירט ווערן מילא, און איך וועל גיבן 18 דאלאר פאר זיין פדיון שבויים אים צו העלפן. אבער דאס גייט דאך אויפ'ן נאמען פון כלל ישראל, מיר און דיר און ווער ווייסט וואס דאס קען צוברענגן חלילה... אונז זענען אין גלות
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך יוני 17, 2020 2:12 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:אז עס באדערט מענטשן אז די פארקס זענען פארמאכט, און זיי ווילן גיין קעגן די געזעץ און עס אויפברעכן, פיין און וואויל. אבער פארוואס שפילן אונז די נעבעך געים אז די גאווערמענט מיינט זיכער אונז.

אונז זענען אזוי צוגעוואינט צו שרייען אז מען האט אונז פיינט, אז איצט ווען די געזעץ איז פאר די גאנץ ניו יארק סיטי שרייען אונז ווידער אנטיסימיטן, און אז די מעיאר מיינט אונז.

עס דערמאנט מיר ווען פאר עטליכע וואכן צוריק ווען טראמפ האט געזאגט אז געבעט הייזער איז וויכטיג און עס זאל זיין אפען, האט ער פארגעסן פון די מיליאנען קריסטן און מוסלימענער אין אמעריקע, און ער האט עס נאר געעפענט וועגן א רבי אין א קליינע שטעטעלע מאנרא אין אפסטעיט ניו יארק. (און טראמפ איז געווארן די גאנצע העלד, און מען האט פשוט פארגעסן אז די גאנצע שוהל פארשליסונג איז געקומען פון אים)

ניין! נישט אלעס איז אידן! ווען טראמפ זאגט געבעט הייזער איז וויכטיג מוז נישט מיינען אז ער מיינט אונז, און אויב יא, מיינט ער אוודאי נישט "נאר אונז" און ווען דעבלאזיע לאזט נישט עפענען פלעיגראונדס מיינט ער אויך נישט אונז!...

עס איז דא 1,700 פארקס און פלעיגראונדס אין ניו יארק סיטי, זיין געזעץ לויטעט אז 'פלעיגראונדס' דארף זיין פארשלאסן, און עס איז נישט נאר וויליאמסבורג און בארא פארק. אין פאקט זענען אומצאליגע פארקס אין מאנהעטן, ברוקלין און אין די בראנקס פארשפארט, טיקעטס זענען פארטיילט געווארן פאר גוים וועלכע זענען געגאנגען שפאצירן מיט זייער הונט'ל אין פארק. פון די אנדערע זייט זענען אלע אפענע פארקס פול מיט אידן יעדן טאג און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.

איך האב שוין געזעהן אויף טוויטער עטליכע גוים פרעגן מיט וואונדער פארוואס נאר ביי די אידישע געגענטער מאכט מען א מצב מיט די פארקס, ווען זייערס איז אויך פארשלאסן. איך מיין אז די גאנצע מצב וואס מען מאכט איצט קען אנרייצן אונזערע שונאים.

הערטס אויף שרייען וואלף, ווייל ווען עס וועט זיין א עכטע וואלף וועט ענק קיינער שוין נישט אויסהערן.

ווען מען קומט אן אינמיטן א מעשה איז שווער צו פארשטיין געוויסע חלקים פון די פארזעצונג..

ס'הייבט זיך אן ווען דיבלאסיא איז געווען דער וואס האט גערעדט און געטוויט פון "אידן ספעצעפיש", אזוי אויך איז ער פערזענליך אראפגעקומען קיין וויליאמסבורג צו שטערן א לויה, אלעס אין די זעלבע טעג ווען מאסן ניו יארקער האבן זיך פארזאמעלט אין פארקס צו באטראכטן די עראפלאנען, אדער סתם אזוי.

מיט די דאזיגע מעשים האט ער געוויזן קלאר "מיט געוויסע וועל איך זיין שטרענגער און ביי אנדערע נישט", דאן איז געקומען די קארניוואל צושטערונגען אין היימישע געגנטער וואס האט בלויז צוגעגיבן צום פייער, אזוי אז יעצט, אפילו ס'איז נאר פאראן "שמועות" אז מען איז שטרענגער מיט פארקס אין די היימישע געגנטער (די אמת ווייס איך נישט), וועלן עס פילע גלייבן.

איך זעה דו האסט פיינט דעבלאזיע, ביזט נישט די איינציגסטע, איך האס אים אויך.

אבער שרייבן אויף אים "אנטיסאמיט" ווען ער האט זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט אלס פארקערט איז פשוט נאנסענס.

איך וועל אים אריינלייגן אין די קאטיגאריע פון היפקריטיע פאר'ן שטיצן די פראטעסטן. אבער געדענק, אין די זעלבע צייט איז פארגעקומען רעבישע חתונות אין בתי מדרשים ווי עס איז געווען א צושטופטע ציבור אן מאסקעס. ( די פראטעסטן איז געווען אויף די גאס, מיט מאסקעס) און ער האט עס איגנארירט.
עס איז דא חתונות אויף א טעגליכער פארנעם - עס ווערט איגנארירט
אידישע געגענטער זענען די איינציגסטע וואס מען זעהט כמעט נישט קיין מאסעקס - עס ווערט איגנארירט
עס איז געווען בערך הונדרעט ארעסטן אין ניו יארק סיטי אין פארבינדונג מיט סאשעל דיסטינסינג פארלעצונגען - קיין איין איד!... (אין א צייט וואס ער האט באקומען אן א שיעור קאמפלעינטס אויף אונז)
אין א צייט וואס אין די גוישע געגענטער איז נישט בייגעפאלן פאר געשעפטן צו עפענען, איז אין די אידישע געגענטער אנגעגאנגען שאפינג כמעט ווי נארמאל - "ווייל אונז (און די שווארצע) זענען העכער פון געזעץ"

ער האט פארשוויגן אזויפיל פארלעצונגען, וויאזוי קענסטו זאגן אז ער "מיינט אונז?"

אין ראקלענד קאונטי ווי די גאווערמענט זענען אנטיסאמיטן איז פארטיילט געווארן 13 טיקעטס אין פארבינדונג מיט סאשעל דיסטינסינג, און בלויז דריי דערפון פאר גוישע געשעפטן, דארט קענסטו זאגן אז זיי זענען "שטרענגער מיט די אונז"
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך יוני 17, 2020 2:18 pm

קורקלענד האט געשריבן:ס'באקאנט די מעשה פון יענער וואס איז געשטאנען אין שורה אויפן וועג אריין צום גאז קאמער, און ס'האט איהם עפעס נישט געשמעקט די גאנצע מצב האט ער אנגעהויבן פארפירן, האט איהם איינער שטיל געמאכט, שאַ, מאך נישט קיין חילול השם....

א שיינע משל, אבער א משל דארף אויך מאכן סענס.

די ציהל פון א משל איז דאך צו פארשטיין גיבן די נמשל, ניין? אויב אזוי קענסטו נישט ברענגן קיין שום מעשה פון די נאציס ימ"ש, וואס דורכדעם דארף איך פארשטיין די איצטיגע מצב.

ווייסט עכט נישט די חילוק צווישן די נאציס און איצט?
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יוני 17, 2020 6:28 pm

היכי דמי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארגעסן צו דערמאנען די פראטעסטן, ביי וואס דיבלאזיא האט פארגעסן פון זיינע פאליסיס "און אז קיינער איז נישט העכער פון געזעץ".

זאגסט דאך אזוי גוט. קיינער איז נישט העכער די געזעץ, נישט די שווארצער און נישט די ווייסער. הונדרעטער זענען ארעסטירט געווארן ביי די פראטסעטן און נאך אסאך גייען ארעסטירט ווערן, אזויווי באריכטן זאגן אז די FBI אינאיינעם מיט די פאלציי האבן אוועקגעשטעלט ספעציעלע איינהייטן וואס גייען נאך זיכערהייט קעמערעס און גייען ברענגן צו געריכטיגקייט פארברעכער.

וואס זאגסטו מיר דא? איז ער פארזענליך אראפגעקומען צושטערן א לויה ביי אונז אינעם זעלבן טאג וואס מאסן האבן זיך פארזאמעלט באטראכטן עראפלאנען?
האט מען צושטערט די מאסן פראטעסטן וויבאלד ס'וויאלעיט סאשעל דיסטענסינג??
וואס איז די דאבל סטענדערד???
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » מיטוואך יוני 17, 2020 8:27 pm

היכי דמי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארגעסן צו דערמאנען די פראטעסטן, ביי וואס דיבלאזיא האט פארגעסן פון זיינע פאליסיס "און אז קיינער איז נישט העכער פון געזעץ".

זאגסט דאך אזוי גוט. קיינער איז נישט העכער די געזעץ, נישט די שווארצער און נישט די ווייסער. הונדרעטער זענען ארעסטירט געווארן ביי די פראטסעטן און נאך אסאך גייען ארעסטירט ווערן, אזויווי באריכטן זאגן אז די FBI אינאיינעם מיט די פאלציי האבן אוועקגעשטעלט ספעציעלע איינהייטן וואס גייען נאך זיכערהייט קעמערעס און גייען ברענגן צו געריכטיגקייט פארברעכער.

טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו. מען האט ארעסטירט הונדרעטער פארברעכער, פאלנע פארברעכער וואס האבן געפלינדערט געשעפטן. באריכטן זאגן אז מען גייט נאכגיין פארברעכער.

וואו איז געווען די מינדעסטע פארדאמונג אויף די צוזאמקומאכץ?

קען זען אונז זעמיר זיך ווערט די דאבל סטענדערט. יש לדון בזה. אבער פאר וועלכע סיבה זענען די נעכט פון די קירפוי געווען פאליציי קארס ביינונז אין וויליאמסבורג ווען אפאר מייל ארויפצוה זענען פאליציי אנטלאפן פון פראטעסטירער? ווייסט אפשר וואו נאך אין ניו יארק עס זענען ארומגעגאנגען פאליציי פארטרייבן פרידליכע מתפללים וואס זענען געווען אויפן גאס ביינאכט?

נאכאמאל, יכול להיות אונז פארדינען זיך עס ערליך. דאבעל סטענדערדס איז א מציאות ליידער.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך יוני 17, 2020 8:41 pm

מהיכי תיתי האט געשריבן:

שטארק געזאגט.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:39 pm

מהיכי תיתי האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארגעסן צו דערמאנען די פראטעסטן, ביי וואס דיבלאזיא האט פארגעסן פון זיינע פאליסיס "און אז קיינער איז נישט העכער פון געזעץ".

זאגסט דאך אזוי גוט. קיינער איז נישט העכער די געזעץ, נישט די שווארצער און נישט די ווייסער. הונדרעטער זענען ארעסטירט געווארן ביי די פראטסעטן און נאך אסאך גייען ארעסטירט ווערן, אזויווי באריכטן זאגן אז די FBI אינאיינעם מיט די פאלציי האבן אוועקגעשטעלט ספעציעלע איינהייטן וואס גייען נאך זיכערהייט קעמערעס און גייען ברענגן צו געריכטיגקייט פארברעכער.

טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו. מען האט ארעסטירט הונדרעטער פארברעכער, פאלנע פארברעכער וואס האבן געפלינדערט געשעפטן. באריכטן זאגן אז מען גייט נאכגיין פארברעכער.

וואו איז געווען די מינדעסטע פארדאמונג אויף די צוזאמקומאכץ?

קען זען אונז זעמיר זיך ווערט די דאבל סטענדערט. יש לדון בזה. אבער פאר וועלכע סיבה זענען די נעכט פון די קירפוי געווען פאליציי קארס ביינונז אין וויליאמסבורג ווען אפאר מייל ארויפצוה זענען פאליציי אנטלאפן פון פראטעסטירער? ווייסט אפשר וואו נאך אין ניו יארק עס זענען ארומגעגאנגען פאליציי פארטרייבן פרידליכע מתפללים וואס זענען געווען אויפן גאס ביינאכט?

נאכאמאל, יכול להיות אונז פארדינען זיך עס ערליך. דאבעל סטענדערדס איז א מציאות ליידער.

איך בארעכטיג נישט דעבלאזיע פאר'ן שטיצן פראטעסטן, און אוודאי נישט פאר'ן זיך ארויסשטעלן מיט זיין טוויט איבער די לויה.

קענסט נישט פארגלייכן צוויי עפיזאדן וואס איז געשעהן אפגערוקט א גאנצע חודש, און די גאנצע מצב ארום קאראנע האט זיך היפש געטוישט זינט דעמעלטס. די לויה אין וויליאמסבורג איז פארגעקומען אפריל 28, א גאנצע חודש בעפאר די ראיאטן, אין די מצב פון קאראנע איז דעמעלטס געווען היפש שווערער ווי איצט. עס איז געקומען נאך עטליכע אנגעצויגענע וואכן, וואס יעדן טאג האט מען אים געפרעגט איבער די אידן וואס פארלעצן סאשעל דיסטינסינג און פארשפרייטן די וויירוס, און א ריזן עולם האט נישט געהאט קיין מאסקעס, און מען האט נישט מיטגעארבעט מיט די פאליציי. ווען דעמעלטס וואלט געווען ראיאטן וואס דעבלאזיע וואלט געשטיצט וואלט איך עגריט צו דיר "דאבעל סטאנדערט" אבער אזויווי די ראיטאן זענען געווען א גאנצע חודש נאכדעם, און די מצב איז היפש רואיגער ב"ה, קען איך נישט פאגלייכן די צוויי עפיזאדן.

איך וועל עס יא צוגלייכן צו די פארשפארטע פארקס וואס איז יא פארגעקומען אין די זעלבע צייט ווי פראטעסטן, וואס דאס ווייזט אויף היפקריטיע פון דעבלאזיע. עס איז דא עקספערטן וואס האלטן אז דאס איז אנדערש ווי פראטעסטן וויבאלד דארט רירן די קינדער צו די שפילצייג און די וויירוס קען שנעל אריבערגיין פון איינעם צום צווייטן, נאכדערצו ווען פאר קינדער איז שווער זיך צו היטן ווי עס דארף צו זיין, און זיי קענען נאך די מערסטע פארשפרייטן די וויירוס. אבער דאס שטומט נישט, ווייל רוב שטודיעס ווייזן אז עס פארשפרייט זיך מער דורך די לופט ווי בארירונג, און טאקע דערפאר אינפארסירן זיי מאסעקס שטארקער ווי הענטשוך. בקיצור, יעדע דעטאל און געזעץ ארום קאראנע קען מען דעבעטירן אהער און אהין, דאס יא און דאס נישט, עס וועט אייביג זיין קעגענזייטיגע מיינונגען.

אבער לאמיר זעהן זיין גרויסע דאבעל סטאנדערט:

וויפיל מענטשן זענען ארעסטירט געווארן ביי די לויה אין וויליאמסבורג, הע? 350? 200? 100? 50? 25? 10? 5? 3?
וויפיל טיקעטס זענען פארטיילט געווארן ביי די לויה, הע? 2000? 1500? 500? 100?

ווען די צוזאמקום וואלט פארגעקומען אין סיי וועלכע געגענט אין די סיטי וואלט בלי שום ספק געווען ארעסטן אדער ווייניגסטענס טויזענט דאלארדיגע פיינס. נאר פארוואס דא נישט? איך ווייס נישט. מסתמא ווייל דעבלאזיע האט אונז פיינט, אדער איז אמת וואס אלע אנטיסאמיטן שרייען אז "אידן זענען העכער די געזעץ"

אין פאקט אין די געגענטער ווי די גאווערמענט אפישעלס זענען אנטיסאמיטן האבן די אידן געליטן פאר די פארלעצונגען, נישט סתם פארדאמונגען אויף טוויטער...
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:30 pm

שוין, יעצט קריכסטו שוין אריין אין א פרישע נקודה, די טיים פרעים.

איז לאמיר רעדן פין בו ביום פונעם פראטעסטן. פארוואס זענען די שעריף קארס געהויערט אויף 13 עוועניו בו בזמן ווען אין מאנהעטען זענען געשעפטן געפלינדערט געווארן? פארוואס זענען פאליס קארס געווען אין וויליאמסבורג כלומרש'ט אינפארסירן די קורפיו ווען 5 מינוט שפעטער זענען פאליציי אנטלאפען אויף אלע פיר פון די פראטעסטירער? דהיינו, looters האבן נישט קיין קירפיו, סתם ווילדע ארטיסטן אונזערע שכנים סאוט וויליאמסבורג זענען פריי צו שרייען און טומלן. אבער די פינף שטאפענע היטן וואס זענען מקפיד צו דאווענען מעריב נאכן צוויי-און-זיבעציג? געוואלד ס'דא א קירפיו!
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 6:38 pm

איך ווידערהאלט נאכאמאל, אונז האבן געפיפן מיט גרויסע טראמפייטערס מאה קולות אויף די סאושעל דיסטענסינג. די אידישע געמיינדע as a whole האט זיך אויפגעפירט ווי פאסיג פאר אן עם קשה עורף. מאוד יכול להיות אז אונז דעזערווען די דאבעל סטענדערטס, בבחינת שור המועד דבעי שמירה יתירה. אבער איין בקשה, לייקן עס נישט.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט