פרישע רוסישע קאנספיראציע אויפן האריזאנט אין וואשינגטאן.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

פרישע רוסישע קאנספיראציע אויפן האריזאנט אין וואשינגטאן.

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יולי 01, 2020 4:47 pm

די ניו יארק טוילעט פעיפער טיימ'ס האט זיר ווידער צו פיפן, דאס מאל מיט א פרישע אנגעבליכע רוסישע באמבע. זיי האבן געשריבן אז זיי האבן געלייגט די הענד אויף שפיאנזש אינפארמאציע, אז די רוסן האט באצאלט געלט פאר די טאליבאן צו הרג'נען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן. אבער דאס איז נישט וואס דער טוילעט פעפער טיימס וויל אזוי ארויסברענגן. זיי האבן צוגעלייגט א וויידל צו די געשיכטע, ווארשיינליך גראד ארויסגעצויגן פון מחילה ארויס, מיטן ציל אנצוהייבן א פרישע רוסלאנד סומטאכע. זיי מעלדן אז דער פרעזידענט איז אינפארמירט געווארן איבער דעם, און ער האט גארנישט געטאן דערוועגן...

דער פרעזידענט דעקלערט אז ער האט קיינמאל נישט דערהאלטן די דאזיגע אינפארמאציע אין זיין טעגליכע שפיאנזש איבערזיכט. און נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער אלברייען ארגומענטירט אז די אינפארמאציע איז פאלטש און פארפיריש דערפאר האט דאס טאקע קיינמאל נישט דערגרייכט דעם פרעזידענט'ס שרייב טישל. די פארטיידונג קרעפטן און די צענטעראלער שפיאנזש אגענטור ארגומענטירן דאס זעלביגע אז די אינפארמאציע איז נישט קראנט.

לאמיר שוין זאגן אז עס איז יא קראנט.

אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט האט רוסלאנד אינוואנדירט אפגאניסטאן. אמעריקע האט דאן געצאלט שווערע געלטער פאר די איסלאמישע מאדזשהאדין, דאן האט מען זיי גערופן פרייהייט קעמפער, צו הרג'נען רוסישע זעלנער. 15 טויזענט רוסישע קעמפער זענען ברוטאליש גע'הרג'עט געווארן אויף די פארשנייטע בערג פון אפגאניסטאן, מיט די דירעקטע הילף און גוטהייסונג פון די סי. איי.עי. ווי איז דאן געווען די ווייגעשריי פון ניו יארק טוילעט פעפער טיימס? אמעריקע מעג שיקן געלט פאר לענדער צו הרג'נען רוסן, און רוסלאנד טאר נישט? די היפאקראטיע שרייט דאך ביז צום הימל...

און לאמיר שוין זאגן אז די געשיכטע איז אמת. זאל שוין זיין. וואס גענוי דארף פרעזידענט טראמפ איצט טאן? אמעריקע זאל אריינשיקן טאנקן אין מאָסקווע, פראטרופן אין פעטערבורג? אנהייבן א נוקליערע קריג מיטן געוועזענעם רויטן פארבאנד?

די סאציאליסטישע דעמאקראטן בלאזן אויף די געשיכטע ווי ס'וואלט ווען געווען דער גרעסטער סקאנדאל אין די געשיכטע. דער באוויסטער שארלאט און ליגנער, קאמעראד אדם שי''ט פון קארליפארניע, איז גאר אויפגעשטאנען פון זיין לאנגען בערן שלאף אין וועלכע ער איז נאך טיף פארזינקן זינט מען האט אים געכאפט מיט די הויזן אראפ ביי זיי פריערדיגער רוסישע פיקציע וואס קאמאראד מוללער האט געברענגט צו איר צוזאמפאל. ער קאמאנדעוועט ארום אז ער גייט אויספארשן און דערגיין צי די טוילעט פעפער טיימס געשיכטע האט עפעס האפט... און אז יא וואס? נאכאמאל אימפיטשען? מיר זענען אלע פאר דעם.... דער ספעקטאל ווי דער ליגנער שטייט פארן סענאט און פראבירט זיי צו באיינפלוסן אז זיינע פיקציעס זענען גאר רעאליטעט איז געווען להחיות כל חי....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2706 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 01, 2020 5:39 pm

צוויי תירוצים זאגסטו:

א. די רוסן זענען גערעכט פאר׳ן וועלן אויסהרגנ׳ן אמעריקאנער זעלנער, און ממילא איז טראמפ גערעכט פאר׳ן גארנישט טון צו העלפן אמעריקאנער זעלנער. פיין.

ב. טראמפ קען גארנישט טון ווען א צווייטע רעגירונג הרג׳ט אוועק אמעריקאנער זעלנער. ער איז אומבאהאלפן.

גוט גוט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יולי 01, 2020 5:46 pm

דו טראכסט קרים, דו רעדסט קרים, און די שרייבסט קרים!

וואס איך זאג איז, אז נישט אמעריקע און נישט רוסלאנד מעג! א לאנד וואס האט באצאלט פאר מענטשען צו הרג'נען זייערע פיינט, האט נישט וואס צו שרייען אז עס קומט צוריק אהיים!
צווייטנס שגץ שטיק קומט פאר איבעראל, ס''איז נישט קיין נייע ערשיינונג. און אזוי גייט די וועלט, און מ'קען גארנישט טאן.....
וואס פאר א רעאקציע שלאגן די דעמאקראטן פאר צו טאן? סאנקסיעס? כ'ווייס נישט וועלכע סארט סאנקיציעס מען קען נאך נוצן.... מ'האט שון אלע פארנוצט....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2706 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מיטוואך יולי 01, 2020 5:52 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
לאמיר שוין זאגן אז עס איז יא קראנט.

אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט האט רוסלאנד אינוואנדירט אפגאניסטאן. אמעריקע האט דאן געצאלט שווערע געלטער פאר די איסלאמישע מאדזשהאדין, דאן האט מען זיי גערופן פרייהייט קעמפער, צו הרג'נען רוסישע זעלנער. 15 טויזענט רוסישע קעמפער זענען ברוטאליש גע'הרג'עט געווארן אויף די פארשנייטע בערג פון אפגאניסטאן, מיט די דירעקטע הילף און גוטהייסונג פון די סי. איי.עי. ווי איז דאן געווען די ווייגעשריי פון ניו יארק טוילעט פעפער טיימס? אמעריקע מעג שיקן געלט פאר לענדער צו הרג'נען רוסן, און רוסלאנד טאר נישט? די היפאקראטיע שרייט דאך ביז צום הימל...
סארא מין טענה איז דאס?? אמעריקע זאל טוהן וואס איז גוט פאר איר, און רוסלאנד וועט טוהן וואס איז גוט פאר איר, אבער נאכאלס וועלן זיי ליידן קאנסעקווענצן איינער פון אנדערן.

און לאמיר שוין זאגן אז די געשיכטע איז אמת. זאל שוין זיין. וואס גענוי דארף פרעזידענט טראמפ איצט טאן? אמעריקע זאל אריינשיקן טאנקן אין מאָסקווע, פראטרופן אין פעטערבורג? אנהייבן א נוקליערע קריג מיטן געוועזענעם רויטן פארבאנד?
ניין אבער ער מעג ווערן פארגעהאלטן אויף אזא באריכט אויב עס שטעלט זיך ארויס אלס אמת (אין דעם בין איך שוין נישט אזוי זיכער, עס איז שטארק יתכן אז דאס איז נאך א פארברענטע לאטקע אויף אים)

די סאציאליסטישע דעמאקראטן בלאזן אויף די געשיכטע ווי ס'וואלט ווען געווען דער גרעסטער סקאנדאל אין די געשיכטע. דער באוויסטער שארלאט און ליגנער, קאמעראד אדם שי''ט פון קארליפארניע, איז גאר אויפגעשטאנען פון זיין לאנגען בערן שלאף אין וועלכע ער איז נאך טיף פארזינקן זינט מען האט אים געכאפט מיט די הויזן אראפ ביי זיי פריערדיגער רוסישע פיקציע וואס קאמאראד מוללער האט געברענגט צו איר צוזאמפאל. ער קאמאנדעוועט ארום אז ער גייט אויספארשן און דערגיין צי די טוילעט פעפער טיימס געשיכטע האט עפעס האפט... און אז יא וואס? נאכאמאל אימפיטשען? מיר זענען אלע פאר דעם.... דער ספעקטאל ווי דער ליגנער שטייט פארן סענאט און פראבירט זיי צו באיינפלוסן אז זיינע פיקציעס זענען גאר רעאליטעט איז געווען להחיות כל חי....


דאס מאל איז עס נישט נאר דעמאקראטן עס איז געווארן באריכטעט דורך א ברייטע ספעקטרום אין די מידיע. פאקס און וואל סט. אריינגערעכנט

וואס יא? עס קען זיין אז עפעס אמת איז א דערין, נאר עס איז געווען מיט א גוטע סיבה, נעמליך אז זיי האבן נישט גענוג קלארגעשטעלט דער באריכט ממילא האבן זיי נישט געפילט פארפליכטעט צו איבער געבן פאר'ן פרעזידענט. איז די נ.יץ טיימס וועט פארפירן אויף יעדע קלייניקייט און די איבערריגע וועלן קייען וואס די נ.י. טיימס וועט שפייען
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 639 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מיטוואך יולי 01, 2020 6:36 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:דו טראכסט קרים, דו רעדסט קרים, און די שרייבסט קרים!

וואס איך זאג איז, אז נישט אמעריקע און נישט רוסלאנד מעג! א לאנד וואס האט באצאלט פאר מענטשען צו הרג'נען זייערע פיינט, האט נישט וואס צו שרייען אז עס קומט צוריק אהיים!
צווייטנס שגץ שטיק קומט פאר איבעראל, ס''איז נישט קיין נייע ערשיינונג. און אזוי גייט די וועלט, און מ'קען גארנישט טאן.....
וואס פאר א רעאקציע שלאגן די דעמאקראטן פאר צו טאן? סאנקסיעס? כ'ווייס נישט וועלכע סארט סאנקיציעס מען קען נאך נוצן.... מ'האט שון אלע פארנוצט....


אן אריינגיין צו עס איז אמת אדער נישט און וואס עס ליגט אינטער דעם....

אבער דאס אז אמעריקע האט עס אויך געטון געבט נישט קיין גרין לייט פאר מאמע רוסלאנד עס צו טון און אויב יא זאל טראמפ עטליעסט פארהאלטן הרב פוטין, זאגן עפעס, זיך עטליעסט וויסענדיג מאכן, און פוטין זאל טון סזעלביגע ווען אמעריקע וועט עס טון צונעם, באגראבן דעם קעפעלע אין זאמד בת היענה סטייל איז גאר נאריש און עס איז שטארק פארשטענדליך פארוואס פון ביידע פארטייען הערן זיך טענות.

ואגב ווי הער מנחם ציון האט שוין טאקע דערמאנט האט עס שוין וואל סטריט דזשורנאל און פאקס אויך באריכטעט, און ווי אויך דער אסאסיעיטעד פרעס.


It used to be cool to just flip a bird to the system
And now it's trendy to be triggered and pretend you're a victim
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 01, 2020 8:10 pm

עס טוט זיך דא א גאנצע ספין.

דער נ.י. טיימס באריכט א מעשה. פיין. דאס איז זיכער א וויכטיגע אינטרעסאנטע מעשה פאר יעדער בירגער, לינק אדער רעכט. די מעשה איז טאקע א שרעק, ווייל אפיציעל איז אמעריקא נישט אין א מצב פון מלחמה מיט רוסלאנד, און דא זעט מען אז רוסלאנד האט געפירט א מלחמה מיט אמעריקא. ווי קומט לינק דא אריין? נאר היינט מיינט 'רעכט' גלויבן וואס טראמפ זאגט, אנשטאטס די אלטע טייטש פון דער טערמין.

האט טראמפ דערפון געוואוסט?
לכאורה נישט, ווייל ער ווייסט דאך גארנישט. ער הערט דאך נישט אויס די טעגליכע באריכטן, כפי שהודה מעצמו והעידו עליו כמה מהמקורבים. אבער פאר די אלע וואס מיינן אז זיין גארנישט וויסן איז נישט קיין פראבלעם, זאלן יעצט פארשטיין אז פון נישט וויסן וואס טוט זיך, האט מען א רוסישע מיליטער וואס פירט זיך מיט impunity.

שוין, וואס האט טראמפ געקענט טון דערוועגן? איך בין נישט קיין מיליטער מענטש, ממילא ווייס איך נישט. אבער זאל ער אויסרופן הויעך און קלאר אז רוסלאנד טוט וואס זי וויל מיט אמעריקאנער זעלנער, און מיר קענען גארנישט טון. מיר זענען אן אומבאלומפעטע מדינה, וואס מוז לאזן יעדעם טון מיט אונז וואס זיי ווילן. און נאך דעם קושן די קאנטשיק און זאגן אז פוטין איז אונזער פריינט, נאמנים פצעי אוהב.

MAGA
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דאנערשטאג יולי 02, 2020 5:50 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס טוט זיך דא א גאנצע ספין.

דער נ.י. טיימס באריכט א מעשה. פיין. דאס איז זיכער א וויכטיגע אינטרעסאנטע מעשה פאר יעדער בירגער, לינק אדער רעכט. די מעשה איז טאקע א שרעק, ווייל אפיציעל איז אמעריקא נישט אין א מצב פון מלחמה מיט רוסלאנד, און דא זעט מען אז רוסלאנד האט געפירט א מלחמה מיט אמעריקא. ווי קומט לינק דא אריין? נאר היינט מיינט 'רעכט' גלויבן וואס טראמפ זאגט, אנשטאטס די אלטע טייטש פון דער טערמין.


האט טראמפ דערפון געוואוסט?
לכאורה נישט, ווייל ער ווייסט דאך גארנישט. ער הערט דאך נישט אויס די טעגליכע באריכטן, כפי שהודה מעצמו והעידו עליו כמה מהמקורבים. אבער פאר די אלע וואס מיינן אז זיין גארנישט וויסן איז נישט קיין פראבלעם, זאלן יעצט פארשטיין אז פון נישט וויסן וואס טוט זיך, האט מען א רוסישע מיליטער וואס פירט זיך מיט impunity.

שוין, וואס האט טראמפ געקענט טון דערוועגן? איך בין נישט קיין מיליטער מענטש, ממילא ווייס איך נישט. אבער זאל ער אויסרופן הויעך און קלאר אז רוסלאנד טוט וואס זי וויל מיט אמעריקאנער זעלנער, און מיר קענען גארנישט טון. מיר זענען אן אומבאלומפעטע מדינה, וואס מוז לאזן יעדעם טון מיט אונז וואס זיי ווילן. און נאך דעם קושן די קאנטשיק און זאגן אז פוטין איז אונזער פריינט, נאמנים פצעי אוהב.

MAGA

אין לינק מיינט, זעהן אין יעדע זאך א באם שעל אנטקעגן טראמפ.

די פראבלעם וואס מען האט מיט רוסלאנד איז אפי' ער וואלט יא אויסגעהערט די בריפינגס.איך זעה נישט וואס איז געווען בעסער אונטער אבאמא אלס א וואוילע ליסענער.

די אינטעלידזענס קאמיוניטיס רעדן זיך אפ נישט פון היינט אז זיי דערטרענקן זיך אין א אקעאן פון דאטא און אינפארמאציע, עס איז זייער שווער צו אויפכאפן קראנטע זאכן, שוין אפגערעדט פון פעסטשטעלן אויף צו נעמען שריט.
נאכמער, עס איז נישט פשט אז מען האט עס געלאזט לויפן, לויט ווי זיי זאגן האבן זיי דאס נאכגעקוקט, נאר זיי האבן עס נאך נישט געזעהן אלס אזא קראנטע זאך דאס צו באריכטן פאר טראמפ.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 639 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 02, 2020 8:21 pm

די סבה פארוואס דאס אזי א באמב שעל איז דייקא פון די רעכטע זייט.
א לינקע פארשטייט אז די זאכן זענען קיינמאל נישט פשוט, און מ'קען נישט סתם אפפסקנ'ן פון א מעשה'לע. עס איז פונקט ווי בענגאזי.
עס איז נאר א באמב שעל פאר די רעכטע, וואס האלטן בשיטה אז מ'טאר נישט אריין גראבן אין א מעשה צו זען די פרטי פרטים, נאר אויבערפלעכליכעהייט. און אויבערפלעכליך איז דאס א פאטש פאר טראמפ, ווען ער חבר'ט זיך אזוי מיט פוטין בשם עם אמעריקא, און דערווייל האט ער צוריק געשטויסן. נישט פאר טראמפ פערזענליך זיין באון ספעירס זענען נאך אין די בעסטע ארדנונג, ווי אויך זיין הלוואות פון די רוסישע באנקן. נאר אמעריקאנער זעלנער האבן באצאלט די פרייז פאר זיין נאכלעסיגקייט. דער וואס האלט בענגאזי איז א פראבלעם, דארף דא זיך אויך שרעקן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 02, 2020 9:47 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די סבה פארוואס דאס אזי א באמב שעל איז דייקא פון די רעכטע זייט.
א לינקע פארשטייט אז די זאכן זענען קיינמאל נישט פשוט, און מ'קען נישט סתם אפפסקנ'ן פון א מעשה'לע. עס איז פונקט ווי בענגאזי.
עס איז נאר א באמב שעל פאר די רעכטע, וואס האלטן בשיטה אז מ'טאר נישט אריין גראבן אין א מעשה צו זען די פרטי פרטים, נאר אויבערפלעכליכעהייט. און אויבערפלעכליך איז דאס א פאטש פאר טראמפ, ווען ער חבר'ט זיך אזוי מיט פוטין בשם עם אמעריקא, און דערווייל האט ער צוריק געשטויסן. נישט פאר טראמפ פערזענליך זיין באון ספעירס זענען נאך אין די בעסטע ארדנונג, ווי אויך זיין הלוואות פון די רוסישע באנקן. נאר אמעריקאנער זעלנער האבן באצאלט די פרייז פאר זיין נאכלעסיגקייט. דער וואס האלט בענגאזי איז א פראבלעם, דארף דא זיך אויך שרעקן.


עפיס ליגט מיר אין קאפ פון די קאראנע פרשה אז דו האלסט שטארק פון נישט אונטער רייסן פירער -ווייל איינער דארף דאך פירן..- (קאומאו דעבלאזיא)
איז פארשטענדליך אז דיינע תגובות קעגן טראמפ ווערן געשריבן דורך א העקער.. סאוי גיב אבאכט ער זאל זיך נישט צופירן זיינע הענט.. ;) :lol:
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 563
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 02, 2020 10:05 pm

איך האב שטארק געהאלטן אז מ'טאר נישט אונטער רייסן פירער'ס? לא מיניה ולא מקצתיה. איך זאג נאר אז מ'קען זיי נישט אונטערברענגן אן א תחליף. אפילו היינט, דער וואס גייט מאכן אייגענע אפמאכן בשם אמעריקא מיט איראן, יוראפ, רוסלאנד וכו', איז א פארברעכער. די זאכן קענען נאר זיין אונטער איין מענטש.

דאס איז נאכאלס פשוט אז מ'דארף זיי ארויס ווארפן ווען מ'קען. ביי די וואלן. נישט מיט רייאטן און רעוואלוציע, נאר מיט די סיסטעם פון די לאנד. און אזוי אויך ביי דיבלאזיא און קואמא. מיר דארפן גיין צו די וואלן און ארויס ווארפן די וואס טון נישט קיין גוטע דזשאב, כולל דיבלאזיא און טראמפ אינאיינעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג יולי 02, 2020 10:33 pm

ווער געדענקט נאך ווי אבומא מיט די מידיע האבן אפגעלאכט פון ראמני ווען ער האט געזאגט אז רוסלאנד איז די נומבער 1 Foe פון אמעריקע.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1853 מאל

Re: פרישע רוסישע קאנספיראציע אויפן האריזאנט אין וואשינגטאן.

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 02, 2020 10:52 pm

ליפא האט געשריבן:ווער געדענקט נאך ווי אבומא מיט די מידיע האבן אפגעלאכט פון ראמני ווען ער האט געזאגט אז רוסלאנד איז די נומבער 1 Foe פון אמעריקע.
אונזער יעצטיגע פרשה מיט רוסלאנד מיינט נישט אז מיט ראמני איז געווען גערעכט, פארגעס נישט אונז האמער טעהראן און צפון קארעא.

אויך בין איך נוטע צו גלייבן די עקזיסטירנדע פרעזידענט פשוט ווייל ער האט צוטריט צו אינפארמאציע וואס די אפאנענט האט נישט (יעצט ברענג נישט אריין טראמפ אז ער הערט זיך מילא נישט צו צו זיי - איך האב פשוט געשריבן א נקודה).
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1179 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 03, 2020 10:37 am

לאמיר דאס צונעמען שטייליך:

האט רוסלאנד געצאלט פאר די טאליבאנער צו הרג'נען אמעריקאנער זעלנער?
נישט באשטעטיקט!

האט די קליקע פון אכט געוויסט פון אזא טעאריע?
יא! ס'איז געווען אינעם שפיאנזש באריכט וואס די אכט העכסטע רעגירונג פירער ערהאלטן טעגליך!

האבן אדם שי''ט, שקלאפטע פעלאוסי, טשוואק שומער, וועלכע זענען אין די קליקע עפעס געטאן דערוועגן?
ניין! פארוואס? ווארשיינליך ווייל ס'איז אומבאשטעטיקט! איי דאן פארוואס זאל פרעזידענט טראמפ יא עפעס טאן? פרעגט אדם צואה און פעלאוסי!

האט פרעזידענט טראמפ געוויסט דערוועגן?
ניין! (עס האט זיך טאקע געפונען אינעם באריכט, אבער אויף א פארוואסערטער פארנעם צוליב צווייפל איבער איר ווארהייט!)

אלזא וואס איז דער שטורם דא? די אינפארמאציע איז נישט באשטעטיגט!

זינט נעכטן וואס די העכסטע שפיאנזש אפיצירן האבן זיך געטראפן מיט די קליקע פון אכט, הערט מען נישט קיין ווארט פון די סאציאליסטישע פירער.
ס'שיינט אז די גאנצע שטורם איז געגאנגן אזוי שנעל ווי ס'איז געקומען. א פרישע דורכפאל פאר די ניו יארק טוילער פעיפער טיימ'ס.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2131
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2706 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט