יולי 4, יום עצמאות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

יולי 4, יום עצמאות

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דאס פאלק איז איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע שטימונג, מ'גרייט זיך אפצופייערן דעם טאג פון פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט. פאר צוויי הונדרעט און פיר און פערציג יאר צוריק אין דעם טאג יולי דער פערטן, איז אמעריקע באפרייט געווארן פון די קייטן פון טיראניע, פונעם בריטישן יאך פון קעניג זשארדש, און אמעריקע איז געווארן אומאפהענגיג און פריי.

אין דעם דאזיגן טאג אין יאר תקפ''ו, זענען אויך געשטארבן פון די צוויי גרעסטע גרינדער-טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן, טאמעס דזשעפערסאן און זשאן עדעמס, מיט עטליכע שטונדן אפגערוקט איינע פון צווייטן. ס'ווערט פארציילט אז דורכאויס יולי דער דריטן האט שוין דזשעפערסאן געשוועבט צווישן לעבן און טויט, ער האט נאכאנאנד געפרעגט: צו ס'איז שוין דער פערטער? ערשט ווען מ'האט אים געמאלדן אז ס'איז שוין דער פערטער וקידש עליהם היום, ערשט דאן נח נפשיה דרבי.

צו פארשטיין וואס דאס מיינט פאר אונז אידן. אונזערע עלטערן זענען געקומען פון אייראפע קיין אמעריקע, זיי זענען אנטלאפן פון טיראניע און ארימקייט און פארפאלגונג. ווען זיי האבן געזען דעם סטאטוע פון פרייהייט וואס שטייט מיט שטאלץ ביים אריינגאנג פונעם ניו יארקער האפן, האבן זיי אויסגעבראכן אין יארמערליכע וויינערייען. זיי האבן גאר גוט באנומען און פארשטאנען דאס באדייט פון פרייהייט און גלייכבארעכטיגונג. ווי פאסיג זענען די ווערטער פונעם ליד, וואס א אינגער אידישער אימיגראנט האט פארפאסט אין יאר 1883 למספ', און צוליב איר רייכע אינהאלט איז עס שפעטער אריינגעקריצט געווארן אינעם גרונט פונעם "סטעטשו אף ליבערטי":

וויינט זי מיט שטילע לעפצן.
גיב מיר דיינע מידע, דיין ארימע.
דיינע צוזאמגעשטיפטע מאסן.
וואס לעכצן צו אטעמען פרייהייט.

די דאזיגע ווערטער געבן אביסל אראפ די שטורמישע געפילן וואס די נארוואס אנגעקומענע אימיגראנטן האבן געשפירט ווען זיי האבן צום ערשטן מאל געשפירט אנקומענדיג קיין אמעריקע און זעענדיג די "סטאטוע פון פרייהייט" אין איר פולן פראכט. דאס איז געווען א מאמענט וואס די אימיגראנטן האבן קיינמאל נישט פארגעסן.

אמעריקע האט פאר זיי ברייט אויפגעפענט אירע טויערן און זיי ענטפאנגען מיט אפענע ארעמס. דאס לאנד האט זיי געשאנקען דאס געלעגנהייט וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהאט אין אייראפע. קאפיטאליזם און געלעגנהייט האבן זיי געגעבן די מעגליכקייטן זיך ארויפצוארבייטן צו די העכסטע שטופעס און געניסן פונעם אמעריקאנער טרוים פון גלאָריע און צופרידנקייט. מיר זענען דאנקבאר פאר'ן לאנד!

נאך דעם טראגישער פינאנציעלע קראך אין יאר תרפ''ט, האט דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזעוועלט, דורכגעפירט פארשידענע סאציאלע פראגראמען וועלכע האבן צייטווייליג געראטעוועט דאס לאנד פון הונגער און אונטערגאנג. אבער אינעם לאנגן טערמין האבן די פראגראמען געהאט א שטארקער אויסווירקונג אויף די אמעריקאנער לעבנסשטייגער. נעמליך, א דאנק די פינאנציאלע הילף וואס מען האט ערהאלטן פון די רעגירונג, האבן זיך מאנכע איינגעוואוינט נישט צו ארבייטן מיטן גאנצן פלייס. מענטשן האבן ביסלעכווייז אנגעהויבן זיך צו באגענוגן מיט וואס מען האט, און דאס טרייב קראפט פון שטייגן און וואקסן פינאנציאליש האט אנגעהויבן עטוואס איינצושלאפן. דאס האט צוגעפירט אז די ארימע זאלן אומפארגינען די פארמעגליכע וועלכע האבן געלעבט דעם אמעריקאנער טרוים. אנשטאט ארויסקריכן פון פוילקייט און זיך נעמען אין די הענט אריין, האבן זיי ענדערש אדאפטירט די פארפוילטע מארקסיסטישע אידיאלען פון אייראפע פון עקספּלואַטאַציע פון די ארעמע איבער די רייכע און זיך געווייקט אין ביטערניש און שולד.

דאס קלאַסנקאַמף אונטערגעשלאגן מיט ראסיסטישע פאנטאזיעס פירט דאס לאנד צום אפגרונד. עס איז שוין העכסט צייט אז מיר זאלן זיך אומקערן צו די אריגענעלע ווירדן פון אונזערע גרינדער-טאטעס, וועלכע האבן טאקע אין דיזן טאג דערקלערט אינעם דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט, אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג, אז זיי זענען באשאנקען געווארן דורך זייער באשאפער מיט די רעכטן צו לעבן, פרייהייט, און א שטרעבונג צו צופרידנקייט. דאס לעבן אין ביטערניש און באשולדיגן יעדעם מיט ראסיזם, און לעבן אויף רעגירונג קאסט, פירט נישט צו קיין צופרידנקייט און צו קיין גלאָריע. סאציאליזם האט נאך קיינעם נישט גליקליך געמאכט...

אָ זאָג! קאָנסטו זען אין באַגינשײַן די פּראַכט
פֿון געיוּבלטער פֿרייד אין פֿאַרנאַכטיקן בלויען?
ווי די שטרײַפֿן און שטערן אין גרויזאַמער שלאַכט
אויפֿן פֿאָרט, העלדיש פֿלאַטערן נאָך מיט פֿאַרטרויען?

רויטער שײַן פֿון ראַקעט, וואָס קאַנאָן שיסט אין לופֿט
אונדז באַווײַזט, אַז די פֿאָן נאָך צו העלדישקייט רופֿט!
אָ זאָג! איז נאָך שטרײַפֿיקע פֿאָן אויסגעשפּרייט
איבער היימען פֿון פֿרײַע און בראַווע צעווייט?

(נישט אייגנס)[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר