זאליס פלאנען איסור אויף חומת הדת האטליין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

זאליס פלאנען איסור אויף חומת הדת האטליין

שליחה דורך calculator »

אין צוגאב צו די אלע חרמות און איסורים וואס איז שוין אָרגאַניזירט געווארן דורך די חשובע און הייליגע קהילה ורבניה, טוען יעצט די רבני הקהילה מברר זיין אן איסור חמור אויף די "חומת הדת" האטליין. טראץ וואס די האטליין האט אין די לעצטערע יארן יא געדינט דעם פארטיי און א גרויס ציבור פון דעם זאלי פארטיי פלעגן שעפן זייער חיות פון דעם האטליין, ביי די ארץ ישראל'דיגע מערכות וואס די זאליס האבן זיך געריסן מיט די אהרונים האבן זיי שטענדיג מפרסם געווען ר' זלמן לייב'ס דרשות און כינוסים און הפגנות, און חוזק געמאכט און אונטערגעריסן ר' אהרן'ען, הונדערטע פון זייערע אינגלייט לאזען איבער מעסעדזשעס וואס ווערט אויפגעשפילט ברבים (פארשטייט זיך נאר אזעלכע מעסעדזשעס וואס שטימען מיט די חומת הדת קולטור).

אבער זינט די לעצטע אנדערטהאלבן יאר (וואס עס איז שטיל געווארן די ארץ ישראל'דיגע מערכות פון גיוס, און מען האט אויפגעהערט גראבן קברים אין בית שמש), און עס האבן זיך אנגעהויבן פראבלעמען דאהי אין ניו יארק סטעיט, האבן די זאליס שטילערהייט שלום געמאכט מיט זייערע בלוט שונאים די ארונים און אגודת ישראל (פערלס) צו פארהאנדלען מיט די רעגירונג.

איז דא האבן די "חומת הדת" פירער געזעהן אז עס מען האט זיך אוועק געריקט א זיז כל שהוא פון דעם רבין זכיסויגןעלינו'ס דרך, האבן זיי אנגעהויבן ברענגען דאקומענטן ווי "פערלס" טוט מפשר זיין מיט די רעגירונג, און זיי גייען נישט מיטן מהלך פון מסירות נפש ווייזען פאר די רעגירונג אז דאס איז אונזער דת און אונז גייען נישט אן פאר גארנישט, און בפרט האבן זיי אויף "חומת הדת" ארויפגעברענגט "חיים שלום לעפקאוויטש", דאכט זיך פון ר' משה בער בעק'ס נאכפאלגערס וואס ער האט א געשליפן צינגל‬, און ער האלט אין איין ברענגען דאקומענטן ווי ער ווייזט איבער אז די פערלס ארגעניזאציע וואס "משה דוד נידערמאן" שטייט בשותפות מיט זיי איז משנה פונעם דרך המסורה.

אזוי גיי זיי שוין אן איבער א יאר צייט ווי ער רייצט אינטער די זאלונישע ציבור קעגן די הנהגה זייערע.

ואחרון הכביד ביי די יעצטיגע וואלן ווי UJO האט געהייסן אז מען מוז וואוטען פאר "מר' לענטאל" האבן די חומת הדת אידן פארפירט אז מען טאר נישט וואוטען פאר אים, ער איז א מנוול, ועוד ועוד, עד כדי כך האט די הנהגה געזעהן אז עס איז צרות, דער עולם הערט אויס דעם "יענקלע כהן", האט די זאלי הנהגה אדמינסטראציע ארלעדיגט א קול קורא פון די ביד"צ אז עס איז א חוב קדוש צו שטימען. און מיט דעם אלעם איז אינגאצען ארויס געקומען שטימען לערך 8000 פון 30,000 אידן און מר' לענטאל האט טאקע פארלוירן.

אלזא פלאנט יעצט די ביד"צ מיט נאך רבנים (פשוט אז עס זאל אויסקוקען בעסער לעיני העולם) ארויסצוקומען מיט אן איסור חמור אנטקעגן "חומת הדת". לכאורה גייט די בירור גיין אלץ בזיון תלמידי חכמים וואס עס קומט פאר אויף די האטליין ווי "ר' זלמן לייב" האט שוין מרמז געווען ביי די הספד פון הרה"ג משאפראן זצ"ל, אז קארונא איז געקומען צוליב די האט ליין וואס איז מבזה ת"ח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום calculator, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר