ווער איז הערשי טישלער?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל
קאנטאקט:

ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך כלבאשבוע »

הערשי טישלער האט אויפגערודערט די אידישע און די גויאישע גאס מיטן אנפירן די חוה״מ פראטעסטן און אנרייצן די געמיטער

ער שטעלט זיך פאר אלץ א קאמיוניטי אקטיוויסט און פארזארגער אבער בארא פארקער איינוואוינער קענען אים שוין לאנג אלץ א צוהיצטער צורודערטער פערשוין וואס איז דורכגעפאלן עטליכע מאל ווען ער האט פרובירט לויפן פאר פאליטישע אמטן, ער איז א לוזער וואס האט ליב צו רעדן צו זיך אליין אויף זיין אייגענעם ראדיא שאו און איז אויך עוסק אלץ עקספעטיידער ווי מענטשן צאלן אים געלט ער זאל פארשאפן פערמיטס וכדומה

ער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך ארויסצושטעלן ברבים קעגן א יחיד אויב איינער שטייט אים אין וועג אדער אין וועג פון זיינס א קליענט, ער איז אומשטאנד זיך צו שטעלן אין פארנט פון יענעמס הויז אדער ביזנעס און יענעם דערגיין די יארן

יעצט ביי קאראנע איז ער אריינגעשפרינגען צו עפענען על דעת עצמו די פארקס נאכדעם וואס כלל ישראל איז שוין נמאס געווארן פון זיצן איינגעשפארט אינדערהיים, דער עולם האט הנאה געהאט פון זיין חוצפה און דאס האט אים געגעבן חיזוק ווייטער אנצוגיין

ער האט צושטערט א פרעס קאנפערענץ אויף די גאס אין בארא פארק פון א אידישן דאקטאר וואס איז געקומען אויפקלערן אז סאיז דא א second wave און מען דארף זיך באווארענען און אכט געבן, נאכדעם האט ער זיך גענומען מאכן ווידיאוס ביי מיימאנידיס יעדן טאג שרייענדיג אז סאיז נישטא מער קיין קאראנע און סאיז אלעס פעיק ניוז

עפ״י רוב זענען זיינע ווערטער אליין פעיק ניוז, ער איז נישט מדייק און טוט לכאורה במזיד פארשפרייטן מיסאינפארמעישאן וויאזוי נאר סשמעקט אים

ער דירעקט זיינע רדיפות לויט די גיסטע פונעם עולם, ווען דער עולם איז אויפגערעגט אויף קאומא שימפט ער קעגן קאומא, ווען דער עולם איז אנגעצויגן אויף דיבלאזיא האקט ער אויף אים פעך און שוועבל און מיט זיין אייגנארטיגע חוצפה לייגט ער צו סטראשונגען און רייצט זיך מיט אים מיט קינדערישע לאזונגען, אויב ספעלט אויס, טאנצט ער אויך ארויף אויפן טראמפ וואגן און מאכט דאס אלץ א חלק פון זיינע פערל ווערטער דרשות

זיין היסטארי איז אבער אויך פיל מיט צווייפלהאפטיגע און קרימינאלע אקטיוויטעטן, אן ארטיקל היינט אין ברוקלינער, דעקט אויף אביסל פון זיין עבר:

The Leader Of The Violent Protests In Boro Park Has A Criminal Past

פארשטענדליכע אידן פרעגן עד מתי יהיה זה לנו למוקש און קלערן הויעך וויאזוי מען קען פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר