שווארצע אנטיסעמיטיזם און ראסיזם קעגן אידן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל
קאנטאקט:

שווארצע אנטיסעמיטיזם און ראסיזם קעגן אידן

שליחה דורך כלבאשבוע »

מרעדט אסאך וועגן ראסיזם קעגן שווארצע און היינטיגע צייטן איז די BLM מאוומענט פארנומען טאג און נאכט אויסצוראטן ראסיזם און דיסקרימינאציע אין אמעריקא

פון די אנדערע זייט אבער, איז דא א טונקעלע היסטאריע פון שווארצע ראסיזם קעגן אידן, שווארצע גרופעס ווי Nation of Islam און Black Power האבן מיליאנען נאכפאלגער און זענען אפען אנטיסעמיטיש, זייערע פירער ווי לואיס פאראקאן, לענארד דזשעפריס, קאליד אבדול מוחאמאד זענען געווען אפענע אומפארשעמטע אנטיסעמיטן, אבער אפילו ביי מענסטריעם פאפולערע שווארצע פערזענליכקייטן, ווי למשל פאליטישאן דזשעסי דזשעקסאן אדער פוטבאל שפילער דעשאן דזשעקסאן, גליטשט זיך אויך ארויס צומאל אפענע אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס וואס ווייזט זייערע אמתע קאלירן

מווייסט שוין היינט אז די דזשערסי סיטי רוצחים ימ״ש האבן באלאנגט צו די אנטיסעמיטישע Black Hebrew Israelites גרופע וועלכע גלייבן אז זיי זענען די עם הנבחר המוזכר בתורה און אלע אנדערע, למשל אונז אידן, זענען פאלש, כופרים, עמלקים וועמען מדארף פארניכטן עפ״ל, און סאיז נישט נאר סך הכל צוויי פרינדזש רוצחים אין ניו דזשערסי, יעצט ביי די מהומות אין פילאדעלפיע האט זיך אפגעשפילט א סצענע אויף די גאס וואס ווייזט ווי פארשפרייט די האס גרופעס גלייבונגען זענען

מקען פארקלאפן די הענט און זאגן הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב וכו׳ וכו׳, וואלט אבער נישט געווען קלוגער פאר אונז אידן אנצוקניפן שטערקערע באציאונגען מיט שווארצע קאמיוניטי ליעדערס און פרובירן דורך outreach programs & initiatives צו פארמינירען די אישו?
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר