דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

דאנעלד טראמפ און קאוויד 19 פענדעמיק.

שליחה דורך גבור חיל »

יעצט פאר די וואלן איז יעדער שטארק פארנומען, האט טראמפ גוט געהאנדעלט די וויירוס, אדער נישט.

פאלגענד איז עטליכע זאכן וואס טראמפ האט געטון צו פארזיכערן אמעריקאנע בירגער פון די שעדליכע כינעזע אויסברוך.

אין די צייט וואס די דעמאקראטן זענען געוועזן פארנומען מיט די אומפיטשמענט צירקוס, האט טראמפ פארבאטן טרעוול פון פארשידענע לענדער, אנגעהויבן אזוי פרי ווי אום יאנור 31 ווען ער האט פארבאטן טרעוול פון כינע, און האט נאכדעם נאכגעפאלגט מיט מערערע אינפעקטירטע לענדער.

טראמפ האט אויפגעבויט פון גארנישט די גרעסטע טעסטינג סיסטעם איבער די וועלט, און שוין געטעסט איבער הונדערט צוויי און פערציג מיליאון אמעריקאנע בירגער.

טראמפ האט ארויסגעשטעלט אנווייזונגען צו פארשטייטערן דעם פארשפרייטונג, קודם פאר 14 טאג, און נאכדעם עס פארלענגערט,
דר' פאוטשי האט טאקע קלאר געשטעלט אז טראמפ האט עס געטון די טאג וואס ער האט אים געזאגט אז עס איז נויטיג.

טראמפ האט אנגעפירט די גרעסטע מאביליזאציע זינט די צווייטע וועלט קריג פון פריוואטע און פאבליק סעקטעס צו זיכער מאכן אז עס איז דא אלע נויטיגע מאטריאל וואס פעלט זיך אויס.

טראמפ האט פארארדענט צו צושטעלן פאר שטאטן די נויטיגע מאטריאל פאר מעדיקעל פערסאנעל און האט שוין צוגעשטעלט ביליאונען PPE עד הלום.

טראמפ האט געארבייט מיט פריוואטע קאמפעניס אז זיי זאלן צושטעלן ווענטילעיטערס מאסקעס און הענד סעניטייזערס.

טראמפ האט אקטיוויזירט די דיפענס פראדאקשען עקט און געארבייט אונטער דעם איבער דרייסיג מאל צו פארזיכערן אז מען פארמאגט אלע נויטיגע מאטריאל.

ווען מען האט מורא געהאט פון א מאנגל אין ווענטילעיטערס האט טראמפ צוגעשטעלט הונדערט טויזענט שטיק.

טראמפ האט זיכער געמאכט אז די טעסטינג איז פריי פון אפצאל.

די אדמיניסטראציע האט אינוועסטירט 2 ביליאון דאלער אין קאמיוניטי העלט צענטערן צו פארזיכערן זייערע פאציענטן.

טראמפ האט געפענט א ספעציעלע אפעראציע צו ערפינדן א וואקסין און מען האלט שוין טאקע גאר נאנט דערצו.

טראמפ האט פארהאנדעלט און צוגעשטעלט די PPP פראגראם וואס האט געראטעוועט 51 מיליאן אמעריקאנע ארבייטערס.

אפגעשטעלט עוויקשען צוגעשטעלט מערערע אנעמפלוימענט בענעפיטן צוגעשטעלט טעקס ריליפס פאר ארבייטער און צוגעשטעלט ריליף פאר אמעריקאנע סטודענטן מיט חובות.

צוגעשטעלט הילף פאר שטאטן זיך צו קענען צוריק עפענען נישט צו דארפן זיין פארשפארט פאר די קומענדיגע 19 יאר.

טראמפ האט צוגעשטעלט מערערע מיליטערישע שפיטעלער און שיפן פאר שטעט מיט א מאנגל אין בעטן.

צוגעשטעלט נעשענאל גארדס פאר אלע שטאטן.

דערקלערט א נעשענל עמערדזשענסי צו געבן פאר שטאטן צוטריט צו 42 ביליאון דאלער.

דעזגנירט פרישע 8.2 בליאון פאר קאראונע וויירעס רעספאנס.

טראמפ האט צוגעשטעלט הילף און וואס אימער זיי האבן געדארפט פאר אלע גאווערנערס און מערערע טעלעקאנפרענסעס מיט זיי, און ווי די גאווערנערס באשטעטיגן האבן זיי אלעס באקומען, אפילו גאווערנערס א שטייגער ווי קאומאו האבן זיך ברבים באדאנקט פארן פרעזידענט און אויסגעלויבט זיין שנעלע הילף.

איבער אלעם האט טראמפ אום מערץ דער פערצענטער דערקלערט א נאציניאלע יום תפילה!

איך האב אויסגעלאזט אסאך פונקטן, דער עולם איז מכובד צו צולייגן...

ווי אויך איז דער עולם מכובד צו צולייגן וואס ער האט נישט געטון, למשל אנזייען כאאס און פאניק אין אמעריקע.

[left]My Administration will stop at nothing to save lives and shield the vulnerable

President Donald J. Trump[/left]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גבור חיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר