קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט

שליחה דורך אישתישבי »

דא איז נישט געוועהן א אשכול וואס רעדט וועגן דער לעצטע באשולדיגונגען קעגן דער גאווערנער, בקיצור ער ליידט אויך צוויי פראנטן, איינס, די נערסונג האום סקאנדאל, אז ער האט געטוישט די נומערן פין די געשטארבענע, סיי צו דער צבור, און סיי צו דער אַסעמבלי. צוויי, די פרויען וואס קומען קאמפלעינען מיט **** באשולדיגונגען.

דער נערסינג האום סקאנדאל מאכט שטיקעל סענס, מען ווייסט שוין דערפין א לאנגע צייט, ביז דער די עי האט עס פיינאלי אויך געזאגט, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן זיין אמת'ע נפילה.

די פרויען וואס קומען קעגן אים, זאגען באמת גאר קליינע באשולדיגונגען, קיינער איז נישט למעשה, אלץ איז אזעלכע זאכען וואס מען האט אויך געוויסט ביז היינט. און פרעזידענט ביידען האט געטוהן דער זעלבע, און עס זעהט נישט אויס ווי די דעמאקראטען אלץ א פארטיי באדערט באמת אזא סארט הנהגה.

נאר וואס דען?

עפעס איז דא געשעהן וואס די חברה האבן זיך אנגעקלערט אז עד כאן. מען גייט דער קאומא מסדר זיין.

דאס איז נישט קיין קאנספיראציע, דאס איז א דבר ברור וואס מען דארף זיין בלינד צו גלייבען אז עס איז באמת די צוויי סקאנדאלן וואס זענען פונקט יעצט ארויסגעשווימען.

וואס דער סיבות זענען, דאס קען זיין דמיונות און חלומות.

ווייסט איינער וואס דא איז געשעהן? פארוואס האבן די דעמאקראטען אזא שנאה באקומען צו דער קאומא?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר