זונטאג אינדערפרי געדאנקען

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

זונטאג אינדערפרי געדאנקען

שליחה דורך טובי געלד »

יעדן זונטאג נאך א שבת קודש ווערט יעדער איד פריש און דערמינטערט, יעדע זונטאג קוקט יעדער איד ארויס אויף די נייע וואך מיט נייע אויפטוען! יעדער ווערט פריש ריטשארזשד פון א שבת קודש א יום מנוחה ויום שמחה!
איך מיין אז היות די סייט איז א ארט פאר מחשבה, איז כדאי אין א נאט-שעל איבערגעבען אייער נייע געדאנקען זונטאג וואס איר האט מחדש געווען! ומיגו דזכי לנפשי זכי לאחרינא.

ביי מיר איז נאך די שבת געווען א שבת אונטער די רושם פון די מירון געשעעניש. מיר דארפן אנגיין ווייטער! מיר דארפן מתקן זיין וואס מיר האבען צו פאררעכטן, די ערשטע מאל וואס איך הער דרשנים וואס א חוץ די אלע פאררעכטונגען כלפי שמיא דרש'נן זיי פון תיקונים בגשמיות, אין מירון גופא!
די קארלינע רבי שליט"א האט געזאגט א הייסע דרשה וואס איז נישט אזוי פאפולער אין די קנאי'שע וועלט, אבער ער איז ליידער זייער גערעכט לדעתי, זאגענדיג טוט אייך אויס די קינדער שיכלעך! ווארפט נישט אייער און שטיינער אויף די פאליציי נאר הערט און טוט וואס איז ריכטיג! וקבל האמת ממי שאומרו רבותי!
איך הער אז אדמו"ר מבעלזא האט געהייסען מאכען חתונה אין א גרעסער ארט ס'זאל נישט זיין א מקום פון סכנה!

צוריק צו די מירון געשעניש. יא, די מקום האט פיל פראבלעמען! עס איז קליין כפי ערך הציבור, והשנית תולדות אהרן במחילת כבודם לייגן טעראר זיי זאלן זיין די בן יחיד בעת הדלקתם! וד"ל...

אתרא קדישא שרייט די ארט איז פיל מיט קברים... ממילא קען מען נישט ריכטיג מתקן זיין...

נו אויב אזוי וואס טוט מען?
א' ווער זאגט יעדער מוז מאכען אייגענע הדלקות וואס די גאנצע זאך איז נישט מער ווי 20 יאר אלט די סארט נייע הנהגה! אויס מיט חדש אסור?
וב' אויב דער אהרעלע סאמעט פון תולדות אהרן פארשטייט אז זיין רבי מוז זיין די קעניג פון מירון, בוי אויף אין מירונ'ער דארף א סטאדיום ח"ו נישט אויף קברים! פארקויף טיקעטס און לאז אריין הנגיד ר' וואלף זיכערמאן מיטן שטריימל און מאך וואס דו ווילסט!
מאן יימר רבי שמעון דארף די גאנצע פאליטיק פון תולדות אהרן דארט?

איר וועט מיך חושד זיין אז איך בין בייעס אויף תולדות אהרן, אה חס ושלום, איך בין מעיד זייענדיג 10 מאל ל"ג בעומר אזא מעמד ווי תולדות אהרן איז נישטא! דער ברידער מיט מאטי שטיימענטץ אינאיינעם קומען נישט צו לקרסוליו! תולדות אהרן איז די זאך! אבער די קארלינער איז גערעכט, איר זענט טאקע מעכטיג גרויס, טוט אבער אויס אייער קינדער שיכלעך! און איר דארפט נישט דערפאר טרעטן אויף די תורה אז ס'גייט נישט אייער וועג! און גראבען קברים און קומען צו פארן מיט אלע ערליי פאני זאכען צו כאפען נאך א פוינט!

ס'איז זונטאג אינדערפרי.
די רבנים האבען מעורר געווען שבת לתשובה און דאס איז זיכער ריכטיג! יעדער דארף תשובה טהון און נישט נאר די בעלי סמארט פאונס שמד פאונס ווי האדמור רב"ץ מבאבוב האט געשריגן ליל ל"ג בעומר, אפשר דארפן קודם די רבי'ס תשובה טון אויף זייערע נסיונות! אויב מ'מעג זאגען, באבוב האט פארלוירען צוויי ברידער משפחת ענגלארד! איך בין זיכער אז די נשמות זענען נקיים וקדושים אבער באבוב מעג דערהערן א ווארט צו זיי! וואס טוט זיך צווישען ברידערס ביי זיי? אוי ווי שיין וואלט געווען ווען האדמור רב"ץ גייט אריבער צו אדמור רמ"ד'ס הדלקה... קען זיין ס'וואלט געווען תחיית המתים ניין?

כ'מיין גענוג אויף היינט אינדערפרי! שכוח.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר