כינע ערלויבט מער קינדער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

כינע ערלויבט מער קינדער

שליחה דורך טיכטיגער »

דער קאמוניסטישער רעזשים אין כינע האט געמאלדן פרייליכע נייעס, מען קען שוין אנהייבן האבן מער פון צוויי קינדער; פרייט אייך נאכנישט, מ'האלט נאכנישט ביי ששה בקרס אחת, אבער מען קען שוין האבן א דריטע קינד, אויפלעזנדיג א לאנגיעריגער געזעץ וועלכע האט פארבאטן פאר פארפעלקער פון האבן מער פון צוויי קינדער - שוין אויך א רעפארם פון דער בלויז איין קינד געזעץ וואס האט געהערשט פאר לאנגע יארן.

די מעלדונג איז געקומען אין א פארזוך זיך צו פארמעסטן מיט דער שטייטער וואוקס פונעם באפעלקערונג,נאכדעם וואס דער דארטיגער צענזוס איז ארויסגעקומען און צייגט אז די פאפולאציע וואקסט די שטייטסטע זינט 1960'ער יארן.
דאס מיינט אז משפחות מיט ביז דריי קינדער וועלן נאך באקומען רעגירונג'ס בענעפיטן, אבער מער פון דעם וועלן זיי נישט באצאלן.

כינע האט יארן לאנג געהאט אן איין קינד פאליסי, ווען זיי האבן נאר באצאלט בענעפיטן פאר איין קינד, און אזויווי רוב כינעזער זענען ארעמעלייט, האבן טאקע מערסטנס טייל נישט געהאט מער פון איין קינד. עטליכע יאר צוריק האט כינע ארויפגערוקט דער צאל צו צוויי, און היינט איז געקומען די מעלדונג אז ביז דריי קינדער וועלן זיי נאך פארטיילן קינדער-געלט.

דאס ברוטאלע און קוריאזע געזעץ
אין 1980 האט כינע אין א פארזוך צו קאנטראלירן דער הויכער צאל פון קינדער, איינגעפירט גאר אן עקסטרעמע און ברוטאלע פאליסי, וועלכע האט נאר ערלויבט פאר פאמיליעס צו האבן איין קינד.
שטאטישע פראגראמען זענען נאר פארטיילט געווארן פאר פאמיליעס וועלכע האבן אויסגעפאלגט דעם געזעץ און געהאט נאר איין קינד. פון דער אנדערער זייט, איינער וועלכער האט נישט געפאלגט דעם געזעץ האבן געקענט באקומען גאר הויכע הימל-שרייענדע געלט-שטראף. פילע קינדער זענען נעבעך פארכאפט געווארן פון זייערע עלטערן, אנדערע פארלעצער זענען באשטראפט געווארן פיזיש און גייסטיש, ווען זיי זענען נעבעך געצווינגען געווארן דורכצופירן ווייטאגליכע "עבארשענס", און ס'איז אפילו געווען פעלער ווען קינדער זענען פארלאזט געווארן אויף הפקר!

עטליכע יאר שפעטער איז דאס געזעץ עטוואס "פארגרינגערט" געווארן, ווען די רעגירונג האט ערלויבט פאר עלטערן צו האבן א צווייטע קינד – אויב ס'איז געווען א מיידל. דאס האט אנגעהאלטן ביז אין 2015, ווען די רעגירונג האט ענדליך ערלויבט פאר יעדעם צו האבן צוויי קינדער.

עס ווערט געשאצט אז דער ברוטאלער פראגראם האט צוריקגעהאלטן 600 מיליאן געבורטן!

עטליכע יאר צוריק האט די רעגירונג געמאלדן אז זיי וועלן געבן אפיציעלע פאפירן פאר בערך דרייצן מיליאן אומרעגיסטרירטע קינדער וועלכע זענען געבוירן געווארן "אומלעגאל" צו קענען באקומען העלט קעיר און אנדערע בענעפיטן.

עס איז דא אסאך דעטאלן צו שרייבן, אבער עס איז ווייטאגלעך צו לייענען וויאזוי מיליאנען בירגער לעבן אין פחד פון האבן קינדער.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר