אמעריקע מיט אראפגעלאזטע הויזן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

אמעריקע מיט אראפגעלאזטע הויזן

שליחה דורך קאך_לעפל »

קאבול אפגאניסטאן – ס'איז נישטא פארהאן גענוג ווערטער צו לויבן און דאנקן דעם אללא אכבאר, פאר די גרויסע גענאדע און פילע וואונדער וואס ער האט באוויזן פאר זיינע קינדער – די וואס זענען אנגעהאנגען און גלויבן אין אונזער שמייליגער נביא און וועג ווייזער, מוחמאַד בין אַבדאַלאַ בין אַבד על-מוטאַלעב.

נאך לאנגע און שווערע יארן, פון לעבן אונטער די ארויפגעצווינגענע און אומגעוואונטשענע אקופאציע פון די פארהאסטע מערב וועלט כופרים, האט אללא ענדליך אריינגעגעבן א גייסט פון ווילן, אין דעם מלך טיפוש ונורא אין וואשינגטאן - יאשע ביידען, אז ער זאל ענדליך באוויליגן ארויסציען זיינע פרייע כופרים פון אונזער הייליג לאנד. יארן לאנג האבן די פארדארבענע מערב כופרים, סיסטעמאטיש חרוב געמאכט דאס לאנד און אריינגעברענט א גייסט פון פריצות און אפיקורסות אין אונזער קינדערע. געבענטשט זאל זיין די נאמען אללא.

אנגעהויבן האט זיך עס, ווען אונזערע ברידער, און אונזער הייליגער מארטירער אסאמא לבית לאדין, האט אין א פראוו צו שיקן א מאכטפולע זענדונג פאר די כופרים וועלכע וואוינען אינעם ווייטן מערב, אריינגעשמעטערט צוויי פליגערס אין די צווילינג טורעמס געביידעס אין ניו יארק, און איין פליגער אינעעם פענטיגאן וועלכע דינט אלס דאס הויפטקוואטיר פון אלע אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן אין וואשינגטאן - א שריט וועלכער איז גאר ווארעם באגריסט געווארן דורך אלע וואס גלויבן אין אללא און אין זיין הייליגער נביא מוחמאַד. די אמעריקאנער כופרים האבן דאן געשטעלט פאר אונז אן אלטימאַטום אז מיר זאלן ארויסגעבן אונזער ברודער צו זיי אין די הענט, אבער מיר האבן דאס קאטעגאריש אפגעווארפן. מיר האבן זיך געהאלטן געטריי צו דאס וואס אונזער זיידע אברהם האט אונז געלערנט, אז מ'גיבט נישט ארויס קיין גאסט פאר קיין פרעמדער וואס זוכן בלויז זיין בייזן, אפגעזען פון די שווערע נאכפאלגן מיט וואס דאס איז פארבינדן.

אין רעזולטאט האבן די מערב כופרים אינוואדירט אונזער לאנד, און ברוטאליש אויסגע'הרג'עט טויזענטער פון אונזערע ברידער. זיי האבן אונז פארטריבן פון אונזער הייזער, און געמאכט זינדיגן אונזער טעכטער. דאס צארן פון אללא האט זיך געגאסן אויף אונזערע קעפ.

מיר האבן טאקע אריינגעגעבן פאר די פארהאסטע כופרים גוטע און געזונטע קלעפ. מיר האבן געשיקט אונזערע זון און טעכטער מיט ספעציעלע אויפרייס וועסטלעך, זיך אויפצורייסן על קדושת אללא, פאראורזאכנדיג שווערע פארלוסטן פאר די ארמייען פון די כופרים. אבער דאס איז פילייכט נישט גענוג געווען צו פארטרייבן די כופרים פון אונזער הייליג לאנד.

געלויבט איז די נאמען פון אללא און זיין נביא מוחמאַד, אז די ביטערע צייטן זענען היינט געקומען צו אן ענדע. א דאנק דעם טיפוש יאשע ביידן, ווערט פון היינט אנגעהויבן צוריק איינגעשטעלט שאַריאַ געזעץ אין לאנד, און מיר וועלן ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט מחנך צו זיין אונזער קינדער על דרך אבותינו ורבותינו המסילה לנו מדור דור. אונזערע ווייבער און טעכטער וועלן זיך פון היינט ווייטער פירן בצניעות בקדושה והטהרה, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט. דער טיפוש ביידן מיט זיין זיין אידישער אויסערן מיניסטער אַנטאָני בלינקין – דער אייניקל פון דעם גרויסן אידישער באלשעוויק מאיר בלינקין, זענען געווען די גוטע שליחים פון אללא, צו באפרייען אונזער לאנד פון די פאראומווערדיגע כופרים.

זאל דער נאמען פון אללא זיין געבענטשט אויף שטענדיג פון היינט ביז אייביג...

דער קנעכט פון אללא:
קאמאנדיר היבעטאללה אקאהנדעזאדא.
קאמאנדיר פון די טאליבאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר