טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

שליחה דורך חכמת שלמה »

קומענדיגע מיטוואך אי"ה, הויבט זיך אן דער גרויסער טרייעל פון כ"ק אדמו"ר שליט"א תמ"ל דארט אין אמעריקע. קהל חסידיו ומעריציו, אינאיינעם מיט חסידים ואנשי מעשה איבער די גארער וועלט, קוקן ארויס אויף די נייעס מיט גרויס שפאנונג און זענען מעתיר בתפלה ובבקשה לפני רבון העולמים, אז דער אויבערשטער, וואס איז "ברצונו להטיב בלבד" (מיט די באקאנטע תנועה פונעם רבי'ן שליט"א, כידוע), זאל מוציא זיין לצדק דינו לטובה, עס זאל זיין נמשך ווערן בלויז רחמים וחסדים לעמו בני ישראל בכל אתר ואתר, ברחמים גמורים אמן.

עס איז אינטערעסאנט צו באצייכענען, אז קהל חברי חשק שלמה - לב טהור - בבל, האלטן זיך אינמיטן אריבערציען צו אן אנדערע מדינה. טייל משפחות געפינען זיך שוין דארט, אנדערע זענען אויפן וועג. נעכטן האט מען אויפגעהאלטן א קבוצה און זיי נישט געלאזט פארן, עס האט גענומען א וויילע ביז מען האט מסדר געווען די ענינים, אינצווישן האבן זיי פארפאסט די פליגער און געבליבן דאהי אין גואטאמאלא. נאך שבת וועט מען פלאנען וואס מען טוט ווייטער. אויך ר' אוריאל גאלדמאן שליט"א האט מען נישט אריינגעלאזט אהין, וויבאלד ער האט בירגערשאפט פון מדינת-ישראל, מען האט אים צוריקגעשיקט און אצינד האלט ער זיך אויף אין אמעריקע, וואו ער געפינט זיך אין בארא-פארק.

אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.

דערווייל געפינען זיך פינף פון די חברי לב טהור, דארט אין אמעריקע אין טורמע, ר' אוריאל גאלדמאן געפינט זיך יעצט אין בארא פארק, די דריי וויינגארטן ברידער שמאכטן נעבעך אין טורמע אין גואטאמאלא, בשעת די אנדערע חברי הקהילה זענען רובץ בין המשפתים, אויפן וועג אל המנוחה ואל הנחלה, צו זייער נייער דעסטינאציע, אי"ה.

דא וועט זיין א מקום מיטצוהאלטן, דער עולם קען זיך לאזן הערן, מיטטיילן וואס עס קומט פאר, דעבאטירן און זיך דורכשמועסן איבער די אנטוויקלונגען אי"ה.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן קענען מעלדן בלויז בשורות טובות, אמן.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 271 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר