שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט

שליחה דורך לאנגע הויזן »

די לעצטע פאר וואכן טוט זיך אין ארץ ישראל נאך דעם וואס ס'איז קלאר געווארן פאר אויספארשער אז ברלנד האט פארארדענט מיט א ערך פון 30 יאר צירוק צו הארגענען אחד מאנשיו.

אין די שפעטערע 80'ער יארן איז א בחור מיטן נאמען ניסים שיטרית פארשווינדן געווארן פון ירושלים און ביז לעצטענס האט מען גארנישט געוויסט ווי ער איז פארשווינדן געווארן.

לעצטענס האבן אויספארשער אויפגעדעקט אז ברלנד האט פארארדענט זיין וועד הצניעות אים אפציווישן נאכדעם וואס ס'איז באקאנט געווארן אז דער ניסים האט געטוהן עבירות מיט נשים.

לויט די פאליציי האבן עטליכע בחורים פארכאפט ניסים און אים געהארגעט און באגראבן לעבן די קבר פון דן בן יעקב.

ראש העיר פון ביתר מאיר רובינשטיין וואס איז אלץ בחור געווען אין די וועד הצניעות פון ברלנד, ווערט לויט די אויספארשער באשילדיגט אין זיך פארשטעלן ווי א פרוי און אריין נארן ניסים צו קומען צו א הויז אין ירושלים טוהן עבירות, און דארט האט מען אים אפגעווארט און מבער געווען.

די מעשה פארמאגט נאך אסאך פרטים, אבער איך האב נישט קיין צייט צו אויסברייטערן.

ברלנד האט לעצטענס געמאלדן פאר די ברידער פון ניסים אז ער דארף זיצן שבעה, און אז זיין ברידער איז טאקע טויט.

אסאך אידן זענען לעצטענס ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג פונעם מארד, אריינגערעכנט ברלנד'ס ווייב און איידעם.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר