פוסבאל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

פוסבאל

שליחה דורך חכם המדות »

חברה, מיר לעבן אין היסטארישע צייטן. ס'איז ממש אן עולם הפוך. ברעדי און ראדזשערס האבן פארלוירן בשן ועין ובבושת פנים, אין די צייט וואס יונגע ראצערלעך ווי פעטריק מעהאמס און דזשאש עלען באווייזן ממש וואונדער איבער וואונדער, ממש איבערנאטורליך.

ס'איז גאנץ מעגליך אז מיר האבן היי יאר געזען די לעצטע געימס פון דריי ריזן, די צוויי אויבנדערמאנטע און ראטלעסבערגער. ס'הייבט זיך אן א פרישער עפאכע אין פוסבאל, אין וועלכע יונגערע בלוט באווייזן טאלאנט וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. א גוטע זאך בעצם, ווייל די נייע חברה וואקסן אויף אביסל מענטשליכער ווי די ביז יעצטיגע. ראדזשערס און ברעדי זענען שוין צו בגאווה'דיג.

די אומערווארטעטע געווינסען פון די 49'ערס קעגן די פעקערס און די רעמס קעגן די באקענירס און א זייט געלייגט, איז דער היי-יעריגער פלעיאף סעזאן געווען אזאנס וואס מ'האט שוין נישט געזען יארן בלויז צוליב דער אומגלויבליכער שפיל פון די די בילס און די טשיעפס. געווינען א געים אין דרייצן סעקונדעס?! דאס איז עפעס וואס איז אומדערהערט!

די איינציגסטע נעגאטיווע חלק איז געווען דער אומ'יושר'דיגקייט פון א קוין-פליפ וואס איז בעצם געווען דער מכה בפטיש אינעם בילס געווינס, אבער ווען די טשיעפס האבן געבעטן מ'זאל טוישן דעם רול עטליכע יאר צוריק האט קיינער זיי נישט אויסגעהערט. אפשר יעצט וועלן זיך זאכן טוישן. דער עלען איז עדיו לתפארת, מ'עט נאך זען פון אים גרויסע זאכן.

דער עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט סופערבאול פרעדישקשענס. מיין פערזענליכער האפענונג/פרעדישאן איז אז די טשיעפס גיין אל די וועי. ונזכה ונחיה ונראה.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר