מלחמות חרדיזם אין מירון

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

מלחמות חרדיזם אין מירון

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

וויי יעדער פארשטייט און ליכט פון די טראגעדיע אין מירון מוז די מדינה מאכן שינויים אין די ווערטשאפט דארט. די גאנצע פלאץ ווערט ביז היינט געפירט פון פארשידענע פראקציעס און שבטים וואס אמפערן זיך ארום צווישען זיך די לעצטע צענדליגע יארן. יעצט האבן זיי זיך אלע צוזאמען גענומען קעגן זייער common enemy! דאס הייסט; די ציוניסטישע מדינה וואס איז אנגעקומען מיט א פלאן צו מאכן סדר. די ווילדע שבטים זענען אלע אין בג"ץ און שלאגן זיך מיט די מדינה אויף טריט און שריט אנטקעגן זייער eminent domain proceedings, די לעגאלע פראצעס וואס די מדינה ניצט צו אוועק נעמען די פריוואטע פראוויזארישע בנינים און שטחים.

אין די מאמענט איז אפגעדרוקט א בריוו ווי די אנאנימע שרייבער רעגט זיך פארוואס די מאמענט גיט א פלאטפארמע צו רעדן וועגן טוישונגען אין מירון אן ארויס שרייען די דבר השם אנטקעגען דעם. בילדלויט די שרייבער קען מען זען עין בעין די יד השם וואס האט אפגערוימט פון וועג דער שופטת מרים נאור תנצב"ה וואס האט אנגעפירט מיט די חקירה. און פארשטייט זיך ווייל זי האט געמאכט האט געזוכט צו מאכן שינויים לטובה אין די ווערטשאפט דארט. מיך האט עס דערמאנט די עין בעין יד השם וואס דער פרעכער איד האט עדות געזאגט פארוואס כביכול האט אומגעברענגט די גוים און גויטעס ביי סורפסייד ווי דא באריכטעט.

האבן מיר זיך שיין דערלעבט! די מאמענט, די מעסיגע אידיש פובליקאציע, וואס צענזורט זייער בריווען, האט אריינגעשטעלט די בריוו מיט אירע דברים דופי! דער בריוו נעמט שוין א שטאך און איינוועגס קעגן די מאמענט פאר נישט ארויסגיין מיט א קאמף קעגן די וואקסינען. נעבעך.

סדנא דארעא חד הוא, די חרידישע מהלך המחשבה איז איבעראל דער זעלבע. אין א שמועס מיט די ביילאגע אין די וואך - די צייטשריפט, פארציילט דער מירון מאכער רב יואב אברהם הי"ו אז די מדינה מאכט גאר גרויסע פראבלעמען אין מירון. בתוך הדברים דערקלערט ער בילד אז טאמער וועט די מדינה גייט טאקע אוועק נעמען די שטחים וואס באלאנגט יעצט פאר די הקדשות איז עס א גאר ערענסטע פראבלעם. פארוואס? ווייל דעמאלס גייט די צדיק זיין נקבר אין קרקע שאינו שלו. דער רב יואב בלאבעלט ארויס מיט חוצפה אז טאמער דאס געשעט לויט געוויסע פוסקים גייט מען דארפן מפנה זיין די קבר פון רשב"י.

ווען איך האב ג'גוגעלט זיין נאמען צו טרעפן א בילד פון אים, זעע איך אויף בחדרי חרדים אז איבער די יארן איז ער שוין ארעסטירט געווארן פאר פראוועקאציעס אין מירון ווען ער שלאגט זיך ארום מיט די זיכערהייט מאסנאמען פון די פאליציי.

איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריען אבער יואב אברהם'ס נאמען אויף גוגעל האט אויך ארויף געברענגט די פאלגענדע בילדקול קורא און קאמענטארן זענען איבריג.

בלייבט נישט איבער מער ווי צוברענגן די ווערטער פון @וואלוי וואס ער שרייבט אין זיין תגובה צו פרעכע מועסע ווערטער פון דער איד דא "די שרעק איז יעצט שוין נישט פון ווי ס'נעמט זיך אזא מין אכזריות, נאר דאס אז אפילו אזא אוממענטשליכע אכזריות'דיגע סטעיטמענט גליטשט אריין און ארויס פון איין אויער צום צווייטן, און ניטאמאל קיין חרדי'שע עפ"ל ווערט געהערט, דאס איז שוין עפעס וואס דארף רחמים מרובים".
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20220220-WA0063.jpg
IMG-20220220-WA0067.jpg
WhatsApp-Image-2021-05-05-at-17.58.10.jpeg
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר