א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1285
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2342 מאל

א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

שליחה דורך תרמב »

איך האב געשריבן לעצטנס אויף פריוואטע א וואטסעפפ גרופע אן ארטיקל איבער אבארשען, א גרויס טייל פון די אינפארמאציע האב איך גענומען פון די דעבאטעס דא אויף קאווע שטיבל אין די אשכולות איבער אבארשען, האב איך געקלערט אז איך זאל עס ארויפלייגן דא אויך אפשר וועלן געוויסע הנאה האבן.

אבארשען


ס'טוט זיך אויף טישן און בענק אין די פאליטישע הויפן אין אמעריקא איבער א דרעפט פון א געזעץ וואס האט ארויסגעליעקט פון איינע פון די אפיסעס פון די סופרים קאורט ריכטער איבער א געזעץ וואס הייסט ראו ווי וועיד, ס'איז א שטארקע פאליטישע סאמאטוכע, ס'קערט זיך איבער א וועלט איבער דעם, די ליבעראלן שימפן און שעלטן און די קאנסערוואטיוון זענען ברוגז אויפן ליעק, וואס איז זיכער געטון געווארן בכוונה צו שטערן די כוונות פון די ריכטער, דאס איז פון די הויפט נייעס די לעצטערע טעג, אפילו אויף אייוועלט האט מען גערעדט דערפון אסאך ביי די פאלטישע אשכולות פארשטייט זיך מיט קאוד ווערטער, חוקי רציחה הייסט עס אויף אייוועלט און די היימישע צייטונגען שפראך נוסח תש22.

וואס איז דאס, וואס גייט פאר וואס האט ארויסגענומען אזוי די ליבעראלן פון די כלים וואס האט זיי אזוי צוקאכט, דאס איז די נושא פון אבארשען, הפלות, דאס הייסט אז מענטשן וואס האבן באקומען די ברכה פון גאט ברוך הוא אז זיי זענען טראגעדיג געווארן ווילן פטור ווערן פון די ברכה, זיי ווילן לויז ווערן דערפון, איז דא אן עצה, מ'גייט צום דאקטאר מ'טוט פארשידענע תחבולות און ארויס פון דא צו אלע בייזע רוחות, די אישו איז נאר אז דאס קען זיין א שטיקל מאראלישע פראבלעם, און פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט איז עס אויך א שטארקע אישו.

שפעטער וועל איך צוקומען צו די געזעץ מיט וואס איך האב אנגעהויבן, יעצט וויל איך אריינגיין אין די דעבאטע בכלליות. ס'איז א שטארקע געפעכט צווישן די לינקע מענטשן און די רעכטע איבער די רעכטן פון פרויען דאס צו טון, און די דעבאטע נעמט אריין אין זיך אסאך דרגות, ווי צום ביישפיל פון וועלכע שטאפל אין די פרעגנענסי מ'האלט, ווען מ'האלט אין די גאר פריע שטאפלען וועלן אסאך אפילו פון די רעכטע אויך האלטן אז מ'זאל לאזן און אזוי אויך פארקערט וועלן געוויסע לינקע האלטן אז גאר ביים סוף ממש זאל מען נישט מעגן.

אפילו על פי תורה אין די ערשטע פערציג טעג איז נישט אזא אישו מפיל צו זיין ווייל ס'איז נאך גארנישט דא, און צווישן די לינקע וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן טראכטן אז אין די ערשטע פאר טעג זאל מען מעגן הרגענען אפילו נאכן געבורט, אבער איך גלייב נישט אז זיי זאגן עס הויעך, דאס איז א באשולדיגונג פון די רעכטע אויף זיי.

די חברה וואס האבן מיינונגען דערין האבן א נאמען אין וואס זיי באטיטלען זיך, די וואס האלטן אקעגן אבארשען רופן זיך פראו לייף, ובחרת בחיים זיי זענען פאר לעבן, און דא וואס זענען פאר אבארשען רופן זיך פראו טשויס, זיי האלטן אז די פרויען זאלן האבן די רעכטן אויף זייערע קערפערס. ס'איז איראניש אז די פראו טשויס באנוצן זיך מיט א פראז "מיי באדי מיי טשויס", ס'איז מיין קערפער, טייל מיך נישט איין וואס צו טון דערמיט! אבער סאיז אינטערסאנט אז ביי די וואקסין איז די לינקע לאגער געווען זייער שטארק פראו מאנדאטן צו צווינגען דעם עולם זיך צו וואקסינירן, איי מיי באדי מיי טשויס, איך וויל מיך נישט שטעכן!? נו דאס איז היפאקריטיע... וואס קען מען טון...

הגם מ'קען עס פארענטפערן מיט א בריסקע חילוק אז וואקסין איז א חיוב ווייל דו ביזט מזיק אנדערע משא"כ אבארשען וואס איז די אייגענע קערפער, מאידך גיסא קומט דער רעכטער שרייען דו הרגעסט דאך דעם עיבור, אויף דעם שרייעט דער לינקער ווי לאנג ס'איז נישט געבוירן איז עס נישט קיין מענטש, אזוי פארט עס אריין אין אזא רעדל וואס מ'קען זיך נישט ארויס זעהן אזוי ווי מ'עסט סיריעל מיט מילך, ווען די מילך נוצט זיך אויס גיסט מען צו מילך און ווען די סיריעל ענדיגט זיך גיסט מען צו סיריעל ביז מ'קען שוין נישט אטעמען....

ס'איז דא אסאך צדדים אין די שאלה, די שאלה איז א טיפע שאלה בעצם, וואס איז געשעהן איז אז ס'איז געווארן פאליטיזירט אזוי ווי יעדע זאך היינטיגע צייטן, היות רוב קאנסערוואטיוון וועלן געווענליך זיין פראו לייף סיי ווייל דאס א קאנסערוואטיווע צוגאנג און נאך א זאך ווייל על פי רוב זענען די קאנסערוואטיוון רעליגיעז צו א געוויסע עקסטענד, איז עס למעשה געווארן אז כמעט יעדע רעפובליקען איז פראו לייף און אזוי אויך פארקערט אבער ס'קען זיך מאכן יוצאים מן הכלל ווי זשאו מענטשין א דעמאקראטישע סענעטאר פון וועסט ווירזשיניע וואס האלט זיך פראו לייף.

ס'איז אינטערסאנט דא און בכלליות אז מענטשן שטופן זייערע דעות אין געזעץ בעיסד אויף זייערע רעליגיעזע מיינונגען בשעת אמעריקא דארף צו זיין אפגעטיילט סטעיט פון רעליגיע אבער דאס איז א נושא פאר זיך.

די טענות זענען אזוי די פראו לייף שרייען עטס זענטס רוצחים, עטס הרג'עטס בעיבי'ס, די בעבי לעבט, די אנדערע שרייען אז די עיבור איז סאך הכול א שטיקל פלייש פון די מאמע'ס בויך וואס שטערט איר און מאכט איר נערוועז, האט זי די רעכט אפצומאכן מיט איר קערפער וואס זי וויל, די אנדערע זאגן וואס הייסט איר קערפער, ס'איז נישט איר קערפער ס'איז די קינד ס'איז א זאך פאר זיך, במציאות איז די בעבי תלוי אין די מאמע אינגאנצן ביז כאטש די זיבעטע חודש, וואס דעמאלטס קען שוין די בעבי איבערלעבן אינדרויסן, אבער דאס יא, די גאנצע מערכת אינעווייניג איז אנדערש, ס'איז א ספעציעל פרעמדע ווינקל אין די מאמע'ס קערפער וואס האט אנדערע סעלס, ס'האט א אנדערע די ען עי.

די רעכטע קומען מיט א טענה, (א נארישע לדעתי, אבער קיינער האט מיך נישט געפרעגט) אז דו ווילסט עס נישט פארוואס האסטו לכתחילה אנגעהויבן, טו נישט וועסטו נישט האבן קיין פראבלעמען, ס'קען זיין א שטיקל טענה, אבער ס'איז דא אסאך פעלער אין וואס ס'געשעהט וואס מ'קען נישט האבן די טענה, ווי למשל די עלטערן צוטיילן זיך, די קינד גייט אראפקומען צו א שווער לעבן, פון די ערשטע מינוט שוין וויל מען דאס פארמיידן כידוע די מעשה וואס שאול קליין פארציילט נאך וואס האט פאסירט מיט זיין שווער די דעברעצינע רב ז"ל אז ער האט געזאגט פאר א איד וואס האט זיך געוואלט גט'ן אז ער זאל הרגענען זיינע קינדער פארדעם, איז אנשטאט הרגענען וויל מען זיי לכתחילה נישט ברענגען.

נאך א סענעריאו קען זיך מאכן וואס דאס געשעהט ביי די ארימע און נידריגע שיכטן פון פאלק אז ס'האט זיך געמאכט שרעקליכע מעשיות און שפעטער ווערט מען געוואויער אז דאס האט געהאט נאכפאלגן, און דעמאלטס איז א שטארקע שאנדע, און ס'איז בושות פארן קינד און פאר די מאמע, איז דאס נוצן די לינקע משוגעים שטארק אז די אנטי אבארשען חברה דיסקרימינירן קעגן די מינאריטעטן וואס ביי זיי מאכט זיך עס מער, איי ווען דו שרייעסט אזוי פארשעמסטו זיי, אבער זיי מעגן, ווי מ'האט דאך שוין געשמועסט הא לן והא להו...

די שאלה ווערט קאמפליצירט ווען מען דארף דן זיין ווי די ליין איז, דאס הייסט אזוי ווען מען האלט ביים ערשטן חודש וועט כולי עלמא מודה זיין אז ס'איז נישט דא קיין קינד, און ס'איז נישט שייך קיין רציחה, ווען מען איז אלט אכצן יאר וועט אויך יעדער פארשטיין אז דו טארסט אים נישט הרגענען, די שאלה ווערט ווי מ'שטעלט די רויטע ליניע, די לינקע שרייען אז ביז ווי לאנג די קינד איז נישט געבוירן איז עס סתם א שטיק פלייש אזוי ווי א טומאר.

אגב על פי תורה איז די דין פון א נגפו אישה הרה שוואכער ווי ווען מ'הרגעט א קינד, ס'איז נישט די זעלבע רציחה פשטות, ס'גייט מכוח ספק לכאורה, איך סטאפ דא ווייל איך וויל נישט רעדן קיין שטותים ווען איך האב נישט דורכגעטון די תורהדיגע חלק דערפון.

די אנדערע שרייען אז די קינד לעבט אינעווייניג פונקט ווי אינדרויסן, ער שטויסט און געניצט כאילו ער ליגט אין וויגל ביי די וואכנאכט, די אנדערע זאגן אז ער עסט ארויס פון די מאמע ער קען נישט לעבן פאר זיך, איז די ענטפער אויף דעם איז ער דאך נישט ערגער פון א מענטש וואס איז אנגעוויזן אויף לייף סופארט, (וואס ס'איז דא אזעלכע וואס וואלטן זיי אויך געהרגעט), קען מען זאגן אז אז די עיבור נישט קאנטשעס בכלל, אבער א בעבי וואס איז א חודש אלט איז דאך אויך נישט ביי זיך, וואלסט געהרגעט א קליינע בעבי? געוויסע רעכטע האלטן אז די לינקע וועלן נאך צוקומען אמאל צו די מצב פון הרגענען בעבי'ס גלייך נאכן געבוירן.

איך האב געזעהן א מאדנע טענה, יענער גייט צוריק פארוואס טאקע טאר מען נישט הרגענען, אונז האבן א תורה וואס זאגט אונז אז מ'טאר נישט, טוען אונז עס נישט, אבער פארוואס זאל די גוי נישט הרגענען, ווייל די געזעץ לאזט נישט, נו פארוואס גייט אן פאר דו געזעץ אז מ'הרגעט, וואס מישן זיי זיך אריין אין אונזער לעבן, וואס איז די סיבה אז זיי זאלן נישט לאזן? די סיבה פארוואס ס'איז נישט מאראליש צו הרגענען איז ווייל ס'לוינט נישט פאר קיינעם צו געהרגעט ווערן, האט מען געמאכט אזא שטילע דיעל איך הרגע דיך נישט דו הרגעסט מיך נישט און שלום על ישמעאל... געוויסע חברה האבן נישט מסכים געווען צום דיעל, למשל סטאלין היטלער און פוטין, אבער מ'רעדט בדרך כלל, איז אשר על כן יעדע מענטש וואס קען הרגענען איז א פארט פונעם הסכם, איך הרגע דיך נישט דו הרגעסט מיך נישט, אבער די קליינע עופה'לעך אין די מאמעס וואמב קענען סיי ווי קיינעם נישט טשעפענען האט מען זיי נישט אריינגענומען אינעם דיעל....

ס'איז דא נאך זייער אסאך צו זאגן אבער ס'פארציט זיך שוין צו לאנג, וועל איך צוריקומען צו וואס מ'האט אנגעהויבן, בערך פופציג יאר צוריק איז געווען א קאמפ איבער אבארשען, איינע איז געגאנגען צום דאקטאר און געבעטן צו מאכן די פרעצעדור, אבער די דאקטאר האט געזאגט אז ס'איז נישט לעגאל, איז זי געגאנגען אין קאורט ביז ס'איז אנגעקומען צום סופרים קאורט, דארט האט מען דן געווען איבער די נושא און מ'האט געפסקנט אז די שטאטן האבן נישט קיין רעכט צו מאכן געזעצן קעגן אבארציע, דהיינו על כל פנים אין די ערשטע טריימעסטער וואס איז די ערשטע דריי חדשים, עטליכע יאר שפעטער האט די סופרים קאורט נאכאמאל פארשטערקערט זייער אורטייל.

אלע רעכט גענויגטע שטאטן האבן געדארפט טרעפן אונטער טירלעך צו אסר'ן עפעס דא דארט, אבער זיי האבן אלץ געפירט מערכות דערקעגן, ביי איינע פון די דעבאטעס צווישן טראמפ און ביידן איז אויפגעקומען די נושא ווען מ'האט גערעדט איבער די נייע ריכטערין עמי קאוני בערעט, האט ביידען געטענה'ט אז די נושא ליגט יעצט אויפן וואגשאל, וואס אגב איינע פון די טענות וואס די פראו טשויס האבן איז אז די קאורט איז רוב מענער, און מענער זאלן נישט אריינרעדן אין א אנגעלעגענהייט וואס זיי פארשטייען נישט, און דא רעדט מען דאך פון א פרוי.

טראמפ האט געטענה'ט אז די נושא איז נישט אויפן סדר היום בכלל, למעשה איז עס יא ארויפגעקומען אויפן טיש, און די ריכטערס האבן דן געווען דערין, און וויבאלד מ'רעדט דא פון א שטארק קאנסערוואטיוו גענויגטע הרכב פון ריכטערס האט נוטה געווען אז זיי וועלן פסקענען פראו לייף דאס האט פאר די לינקע שטארק געבאדערט און זיי האבן אויף עפעס א וועג ארויסדערווישט א דרעפט פון די פסק און עס ארויסגעליעקט צום ציבור דארט זעהט מען אז די געריכט רישט זיך ארויסציווארפן פולשטענדיג דעם אלטן געזעץ און צוריק געבן די רעכט צו די שטאטן אפצומאכן וואס זאל זיין לעגאל און וואס נישט און אזוי ווי די פסק איז נאך נישט ענדגילטיג האפן זיי אז די מיט די נויטיגע קעגנערשאפט פונעם אויגעברויזטן באפעלקערונג וועט מאכן אז די ריכטער זאלן צוריקציען זייער מיינונג.

די ליעק איז א אומפרעצעדענטלאזע זאך ביי די קאורט, אנדערש ווי אין די ווייסע הויז וואס איז דא ליעקס יעדן טאג, דאס קען שטארק פוגם זיין אין די פרעסטיזשפולע נאמען וואס די געריכט האט, הגם זייער נאמען איז שוין נישט אזוי גלאנציג זינט זיי זענען אזוי פאליטיקלי גענויגט.

אבער דאס האט ארויסגעברענגט א שטארקע שטורעם די לינקע רופן צו גיין פראטעסטירן קעגן די הייזער פון די ריכטער און די רעכטע רופן פאר אויספארשונגען קעגן די וואס האבן געליעקט דעם דאקומענט.

נאך איין קרישקע, די עיבור וואס איבער איר האט זיך אנגעהויבן די סאמעטוכע איז געבוירן ערגעץ אינמיטן די גאנצע קאורט קעיס און די מאמע האט זיך געשעמט צו פארציילן איבער די גאנצע זאך און מיט רעכט, זי איז געוואויער געווארן דערפון ווען זי איז געווארן אכצן ווען זשורנאליסטן זענען איר געקומען אויספרעגן, די גאנצע געזעץ הייסט אויף איר נאמען, זי וויל אבער נישט קאמענטירן איבער די נושא.

ס'איז דא נאך אסאך וואס צו מוסיף זיין אבער איך דארף גיין שלאפן, איך האף אז די אדמין זאל נישט מפיל זיין דעם ארטיקל...

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר