היסטאריע האט געשריבן:כ'אב געהערט אז רינגעל איז געלונגען צו געווינען (מיט קארגע 150) ווייל ער האט איינגערעדט 45 אז שווארץ האט געטוהן זאכן לטובת 48, און 45 האט מאביליזירט זייערע קוה'ן צו גיין שטימען פאר רינגעל אלץ נקמה פאר שווארץ. אם קבלה הוא נקבל.
אנאליז אויף די עלעקשאנס פאר דיסטריקט לידעראין די לעצטע פאר וואכן איז פארגעקומען בחוצות בארא פארק א שטילע אבער היציגע קאמפ, איבער די קאנדאטור פארן דיסטריקט לידער, צווישן די צוויי קאנדידאטן ר' דוד שווארץ און ר' פיני רינגעל.
מתחלת האט אויסגעזעהן ווי ר' דוד שווארץ וועט גרינגערהייט געווינען די פארמעסט. אבער פונ'ם מעיאר'ס אפיס איז געקומען א פארלאנג אז די מוסדות התורה זאלן אינדארסירן ר' פיני רינגעל, צוליב דאס וואס ר' דוד שווארץ האט זיך עטליכע מאל ארויסגעשטעלט קעגן די מעיאר.
אויפן רוף פונ'ם מעיאר, האט די באבוב 45 בלאק וואוט נאכגעקומען זיין ביטע, אלס הכרת הטוב פארן מעיאר, וואס ביים גרויסארטיגן אבן הפינה זענען ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן פונ'ם מעיאר'ס אפיס, נאכדעם וואס די לאקאלע באאמטע האבן זיך אנטזאגט צו געבן ערלויבעניש אפצושפארן די 14'טע עוועניו.
נאכפאלגענדיג דער שריט, האבן זיך אלע אנדערע מוסדות התורה אין בארא פארק, וואס האבן זיך ביז דעמאלטס געוואקלט און געשטאנען פון דער זייט, זיך אויך צוגעשטעלט דערצו, און ארויסגעגעבן א פאראייניגטע אינדארסירונג פאר ר' פיני רינגעל.
אבער ביים אלגעמיינעם גאס האט נאכאלץ געהערשט א צומישעניש, צוליב דאס וואס עס איז פארשפרייט געווארן קלאנגען אז די שריט פון די מוסדות זענען נאר געווען יוצא צו זיין, אבער אין אמת'ן שטייען זיי מיט ר' דוד שווארץ.
דאס האט זיך אבער אנגעהאלטן נאר ביזן פארלאפענעם זונטאג, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן א אסיפה מיט ר' פיני רינגעל דורך קהלת באבוב 45, מיטן באטיילינגונג פון צענדליגע עסקני הקהלה, ובראשם די פירענדע פאליטישע עסקנים פון קהלת באבוב 45, ר' בנימין בארבער און ר' יחזקאל בלויא, ווי דערביי האט זיך ר' פיני רינגעל באדאנקט פאר קהלת באבוב 45 פארן זיין דער וועג ווייזער פאר די אנדערע מוסדות, מיטן ארויסשטעלן דער ערשטע אינדארסירונג לטובתו, און ער האט דערביי פארשפראכן צו שטיין לימין הקהלה בכל עת ועונה.
אן ענדליכע מסיבה איז אויך אפגעהאלטן געווארן דורך ראשי קהלת סאטמאר, ווי אויך איז ר' נפתלי משה אינדיג מראשי עסקני סאטמאר ארום בהיכלי ביהמ"ד סאטמאר מיט ר' פיני רינגעל און געבעטן די ציבור אים צו ערוועלן.
צומארגנס מאנטאג אויפדערנאכט נאך אן אסיפה רבתי פאר צעירי אברכי באבוב 45, איז ר' פיני געקומען אפנעמען ברכת קדשו פונ'ם מנהיג העדה האדמו"ר שליט"א לרגל די עלעקשאנס, ווי דערביי האט די רבי אים געוואונטשען ווארימע ברכות.
אזוי אויך האט די הנהלת הקהלה באבוב 45 אויפגעפאדערט במשך די דינסטאג'דיגן טאג פאר די חברי הקהלה, ארויסצוקומען שטימען לטובת ר' פיני רינגעל.
ווידער אבער זענען געווען געציילטע קהלות וואס האבן שטילערהייט אינדארסירט ר' דוד שווארץ, זאגנדיג אז די אינדארסירונג פאר ר' פיני רינגעל איז געווען נאר צוליב די דרוק פונ'ם מעיאר.
צווישן די קהלות האט זיך געציילט קהלת באבוב 48, וואס הגם עס איז ארויסגעשטעלט א מודעה מטעם הנהלת הקהלה והמוסדות פאר ר' פיני רינגעל, אבער מאידך גיסא האבן זיי אינטערן טיש ארויסגעשיקט זייער ציבור צו שטימען פאר ר' דוד שווארץ, און ווי אויך צוגעשטעלט בחנם'דיגע קאר סערוויסעס פון ביהמ"ד און פאר די אברכי הכולל, ארויסצוגיין אפגעבן זייער שטימע פאר ר' דוד שווארץ.
ויהי ערב ויהי בוקר, נאך א היציגע קאמפ, איז ר' פיני רינגעל דערקלערט געווארן אלס זיגער...
.