דער מוסדות אינדארסירטע קאנדידאט פיני רינגעל האט געווינען די דיסטריקט לידער אמט און האט ארויסגעשטויסן דוד שווארץ.
די סורפרייז פון די נאכט איז געווען ווי נאכדעם וואס אלע מוסדות און קהילות האבן געפירט א העפטיגע קאמפיין פאר רינגעל, איז די אויסגאנג געווען גאר שמאל און רינגעל האט געווינען מיט אונטער 200 שטימען מער פון שווארץ.
נאך מער פון דעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז רינגעל האט נאר געווינען מיט 49 פראצענט, און א רוב פון בארא פארק האט געשטימט פאר די אנדערע קאנדידאטן כאטש די מוסדות האט געשריבן און די צייטונגען האבן פארפירט אז מ'זאל שטימען פאר רינגעל.
עס זעט זיך אויס די די כח פון די מוסדות און קהילות איז מער נישט ווי אמאל און די ציבור לאזט זיך שוין נישט אזוי איינרעדן