באריס דזשאנסאן זאגט זיך אפ- אנאליז

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 774
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

באריס דזשאנסאן זאגט זיך אפ- אנאליז

שליחה דורך שאלתיאל »

בריטישע פרעמיער באריס דזשאנסאן האט היינט (דענערשטיג) געמאלדן אין א סטעיטמענט צום פאלק אז ער זאגט זיך אפ פון אמט. נעכטן האט ער נאך געלייקנט קאטעגאריש אז א רעזיגנאציע איז אין פלאן און האט צוגעזאגט צו קעמפן ביזן סוף אבער היינט האט ער זיך געבויגן צו די שווערע דרוק וואס איז געלייגט געווארן אויף אים און אין ליכט פון די כאאטישע פאליטישע סיטואציע וואס איז ענשטאנען אין די לעצטע טעג האט ער געמאלדן אז געים איז אווער ''עס איז געקומען א צייט פאר א נייע פירער, דערנאך וואס איך האב נישט מצליח געווען איבערצורעדן מיינע קאלעגן אז עס לוינט נישט צו טוישן די איצטיגע רעגירונג''.

ווער איז באריס דזשאנסאן?
באריס דזשאנסאן איז א קאלירפולע פאליטיקאנט מיט א געשליפן פיסקל און א קאפ אויף די פלייצעס. ער איז אן אמעריקאנער געבוירענע און א געלערנטע מאן, א געוועזענע דזשורנאליסט פארן טיימס פון וועלכע ער איז אפגעזאגט געווארן נאכן פובליצירן פאלשע נייעסלעך. און יאר 2008 איז ער געלויפן פאר מעיאר אמט אין הויפשטאט לאנדאן אין ראם פון דער קאנסערוואטיווע פארטיי, ער האט געווינען די וואלן און האט געדינט אלץ מעיאר צווישן 2008 -2016.

אין לויף פון די שטורעמישע ברעקזיט וואלן האט זיך דזשאנסאן ארויסגעשטעלט צו זיין פון די פירער פון די LEAVE באוועגונג וועלכע האט געשטיצט די ברעקזיט און די אפטיילונג פון ענגלאנד פון דער אייראפעאישער יוניאן און דערפאר איז ער געווען דער הויפט קאנדידאט איבערצונעמען דער קאנסערוואטיווער פארטיי פירער און דעמאלטסידיגער פרעמיער דעיוויד קמעראן וועלכע האט זיך קעגנשטעלט צום ברעקזיט און איז געווען געצווינגן זיך אפצוזאגן נאך דער נידערלאגע. אין ענדע האט דזשאנסאן זיך ארויסגעצויגן פון פארמעסט און דער פארטיי האט אויפגענומען טערעזא מעי צו דינען אלץ פרעמיער. מעי האט אויפגענומען דזשאנסאן אלץ אויסערן מיניסטער אין איר רעגירונג. מעי האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיטן שווערע ירושה וואס זי האט באקומען נעמליך דער עקספלאסיוו טעמע פון ברעקזיט. זי איז צוריסן געווארן צווישן איר אייגענע שטעלע וואס איז געווען אנטי ברעקזיט און צווישן דער באשלוס פון דער מערהייט פאלק אין שטיצע פון ברעקזיט. אין 2018 האט דזשאנסאן רעזיגנירט פון מעי'ס רעגירונג און פראטעסט אויף איר דיעל מיט דער אייראפעאישע יוניאן וועלכע ער האט געהאלטן אלץ אן שלעכטע און דערנידעריקע.

זיך מוטשענדיג געפערליך און נישט קענענדיג דילן מיטן הייסע ''ברעקזיט'' קארטאפל האט מעי געמאלדן אין 2019 אז זי זאגט זיך אפ פון אמט. דער קאנסערוואטיווע פארטיי האט אויפגענומען דזשאנסאן אלץ פארגייער און ער איז איינגעשוואורען געווארן אלץ 55'טע פרעמיער פון ענגלאנד. שפעטער אין יאר אין א פראוו צו ברעכן דער דעדענד און לעזן דער ברעקזיט קריזיס האט ער געפירט צו פרישע וואלן אין וועלכע ער האט אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג און זיין פארטיי האט באקומען א גרויסע מערהיייט. באלד נאך דער וואלן האט דזשאנסאן געברענגט דער ברעקזיט דיעל צום פארלעמענט וועלכע האט איר סוף סוף באשטעטיגט און אין 31 יאנואר 2020 , נאך עטליכע שטורמישע 'ברעקזיט' יארן וועלכע האבן צוטיילט ענגלאנד אין צוויי איז בריטאניע אפיציעל ארויס פון דער אייראפעשן יוניאן. דאס איז לכאורה זיין שטארקסטע דעגרייכונג צו אויספירן דער ברעקזיט הלכה למעשה און ארויסגעשלעפן ענגלאנד פון אונטער די נעגל/שוץ (ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט דערויף) פון דער אייראפעאישע יוניאן.

וואס האט יעצט פאסירט?
אין אנפאנג האט דזשאנסאן גענאסן פון א שטארקע פאפולאריטעט צווישן די בריטישע מאסן. דאס האט זיך געטוישט בעיקר נאך די קאוויד עפידעמיע וועלכע האט אים ארויגשטעלט זייער שלעכט סיי מיט זיינע קעגנזייטיגע החלטות וועלכע האבן זיך געטוישט יעדן טאג און סיי מיט די סקאנדאלן וועלכע האבן אנגעהויבן ארויסשפראצן כסדר. דער מידיע וועלכע האט אים נישט געגליכן האט שווער געארבעט אים אראפצוברענגען און כסדר אויפגעדעקט נאך און נאך סקאנדאלן. צום ערשט מיט די אויפדעקונגען איבער דער מאסענשטעבליכע קאוויד רעגולאציעס פארלעצונגען דורך דזשאנסאן און זיינע נאנטע ווי זיי האבן געהוליעט ביי פריוואטע פעסטיוואלן אין צייט וואס די ענגלישע בירגערס זענען געווען אונטער א שווערע לאקדאון און שפעטער מיט נאך אנדערע סקאנדאלן.
דער יעצטיגע קריזיס איז געקומען דערנאך וואס ער האט געשטיצט א פאליטישן וועלכע איז באשולדיגט געווארן אין Sexual harassment, דאס האט צוגעברענגט אז צוויי פון זיינע הויכראנגיקע מיניסטארן, דער פינאנץ מיניסטער און דער געזונטהייט מיניסטער האבן זיך אפגעזאגט אנהייב וואך. דאס האט צוגעברענגט צו א דאמינא עפעקט און א כוואליע פון רעזיגנאציעס האבן נאכגעפאלגט, אזויפיל ווי 50 בעאמטע פון זיין רעגירונג האבן רעזיגנירט אים איבערלאזנדיג אליין אן קיין שטיצע. נעכטן נאכט האט א דעלעגאציע פון הויכראנגיקע שישקעס פון זיין פארטיי אריינגערעכנט זיינע נאנטסטע פארבינדעטע באזוכט דאונינג 10 און אים משכנע געווען צו רעזיגנירן און פארמיידן דער שאנדע. ווי עס קוקט וועט זיין פארגייער זיין מיסטער בען וואלעס דער יעצטיגע פארטיידיגונגס מיניסטער.

צום שלוס
דזשאנסאן האט א פובליק אימעדזש פון א קלאון און צוזאמען מיט זיין פאוני האר סטייל האט ער זיך ערליך פארדינט דער טיטל 'דער ענגלישע טראמפ'. פונקט ווי טראמפ האבן זיינע קעגנערס אים נישט געוויסט ווי צו 'אויפעסן' און אנעמען זיין קאלירפולע פערזענליכקייט, די מידיע האט אים אלץ ליב געהאט אראפלייגן אלץ ''קאנטערווערסיאלע'' פערשוין מיט ''קאנטערווערסיאלע'' נישט פאליטעקלי קארעקט אויסדרוקן. אבער אין פאקט, אונטער דער הומאריסטישע מאסקע באהאלט זיך א קלוגע אונטערגעציפטע כאריזמאטישע מענטש מיט א גראדע קאפ און א ריאליסטישע בליק אויף דער מציאות. דזשאנסאן איז געווען א פירער, א שטארקע, אבער איז געפאלן צוליב נארישקייטן ווען ער האט געמיינט ער קען נעמען די לעבן לייכט, טון וואס ער וויל און לאכן אויפן המון. ער איז א פארלוסט פאר ענגלאנד אבער בעיקר פאר דער קאנסערוואטיווע פארטיי וואס בלייבט אן קיין שטארקע פערזענליכקייט וואס וועט זיי פירן קעגן דער לעיבער פארטיי און דזשערמי קארבין וועלכע ווערט אלץ פאפולער. ער איז א פארלוסט פאר דער אידישע געמיינדע צו וועלכע ער איז שטענדיג געשטאנען צו זייער זייט אין זיינע אלע פאסטנס איבערהויפט קעגן די אנטיסעמיטישע עפידעמיע אין דער לעיבער פארטיי אין איבער גאנץ ענגלאנד.

זעה דא זיין חנוכה מעסעדזש פאר די אידישער געמיינדע https://www.youtube.com/watch?v=5kxDCv85FXc
זיין פסח מעסעדזש https://www.youtube.com/watch?v=wfPC-ctFIaY
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר