סעיוו מייאמאנידעס קאמפיין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1589 מאל

סעיוו מייאמאנידעס קאמפיין

שליחה דורך מתבודד »

בארא פארק איז אויף מיט’ן סעיוו מיימאנידעס קאמפיין, צעטליך ארטיקלען טראק ווידיאוס און בראשורן באפאלן שוין בפ פאר עטליכע וואכן.

די שפיטאל, אדער ווי מאנכע רופן עס שלאכט הויז, האט זיך שוין לאנג קונה שם געווען אלס א פלאץ וואס איז גוט אויף געבוירן און שטארבן אבער איז די לעצטע פלאץ אריינצוטרעטן אינצווישן.. ווער ס’איז שוין געווען דארט האט שוין געשפירט אויף די אייגענע הויט דאס ווארטן שעות ע”ג שעות צו באקומען א צימער אדער געזען ווערן דורך א דאקטער, ווען אינצווישן ווערט מען אויסגעפארשט דורך אומצאליגע נורסעס וסטודענטס שונים... בקיצור אן עקספעריענס געוואונטשן אויף אלע אונזער שונאים.
לעצטנס איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע קאמפיין אויפצודעקן די פילע פראבלעמען און קארופציע אינערהאלב דעם שפיטאל.

ווער שטייט אונטערן קאמפיין??
יעדער בר דעת פארשטייט אז איינער אן שטארקע פערזענליכע אינטערעסן וועט זיך נישט אריינווארפן אין אזא לייבן גרוב, די שפיטאל איז א מעכטיגע קארפאראציע מיט אומצאליגע בנינים און אפטיילונגען, און כמובן וועלן זיי זיך נישט לאזן צוטרעטן דורך עטליכע אקטיוויסטן מיט גוטע רצונות, אלא מאי מוז דא זיין א כח שכנגד וואס זאל האבן די כח געלט און פאווער אנצוגיין מיט אזא קאמפיין.

עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.

ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר