בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

הודעהדורך הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 6:51 pm

עס גלייבט זיך נישט אז מ'דארף שוין צולייגן א ז"ל אדער א ע"ה ביים דערמאנען רבי שבתי. ערשט דעם פארגאנגענע ערב שבת האב איך אים געזעהן ארומשפאצירן געמיטלעך. טאקע גרוי און פארעלטערט היבש, אבער ר' שבתי איז אלץ געווען גרוי און אלט, עכ"פ ווי לאנג דער עולם געדענקט אים. קיינער ווייסט נישט פונקטליך ווען און וויאזוי ער האט געלאנדעט ביי אונז, רבי יענקל קליינ'ס שול, אנשי ברייערוואד, אבער ער איז שנעל געווארן א שטיק פורניטשער און אן אינטעגראלע חלק אין די קהלה, טראץ זיין צוריקגעצויגנקייט און כמעט גענצליכע שטיל שווייגעניש. עס איז כמעט אוממעגליך זיך פארצושטעלן אנשי ברייערוואד אן רבי שבתי; די צוויי זענען synonymous.

ווער איז דער רבי שבתי? זיין פארגאנגענהייט איז איין שטיק מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט זיין פאמיליע נאמען. אפילו רבי יענקל קליין און רבי הערשל קעניג קענען אים נאר ביי זיין ערשטע (אויב ס'איז זיין עכטע) נאמען. אויף ווי ווייט מ'ווייסט, פארמאגט ער נישט קיין קרוב וגואל נעבעך. די חברה אויף ברייערוואד זענען געווען זיין איינציגסטע פאמיליע.

ער איז געווען אן אויסערגעוועליכע שטילע, אזא נחבא אל הכלים, כמעט וואס מ'האט א מוק ארויסגעהערט פון זיין מויל, ממילא איז שווער עכט צו וויסן ווער ער איז געווען. אבער פון די ביסל וואס מ'האט יא געזען האט מען געוויסט אז ער רעדט קיינמאל ביי דאווענען, מתחילה ועד סוף. קיין סך האט ער נישט געגעסן, נאר אביסעלע פון די טעלער וואס גוטהארציגע אידן פלעגן אים אנגרייטן, מיט אביסעלע וואסער. זהו. ער פלעגט זיך אלץ דרייען צווישן די ביימער טיף אריין אונטער דער שול און פראווען התבודדות.

דעם זינטאג האבן אים עטליכע געטראפן אין א גאר שווערע צושטאנד, און זיי האבן אים שנעל אפגעפירט צו א קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען. אבער דער דאקטאר האט אים נאר געקענט באקוועם מאכן פאר די פאר שעה ביז ס'איז יצאה נשמתו.

ס'דא מערערע שפעקולאציעס, צווישן זיי אז ער איז א גלגול וואס איז אראפגעקומען אויף עפעס א ספעציעלע תיקון. אנדערע האבן געטענה'ט אז מען קען שפירן עפעס א העכערע נשמה דא. דאס איז זיכער, א מיסטעריע איז ער געווען, א גרויסע מיסטעריע.

נו, זאל ער האבן א תיקון, וואס שטערט עס מיר? און נאכדעם, אז זיין קבר וועט פארוואנדעלט ווערן אין א תל תלפיות וואו אידן טרעפן ישועות, וועם קען דאס דען שאטן? אדרבה, דע מאר דע מעריער.

זכותו יגן עלינו.



.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3099
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 8062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7155 מאל

הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:01 pm

הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 773 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:21 pm

A picture from him?

זייער מיסטריעז..

וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2347
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3004 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:18 pm

יוש! העלעך מיך בענקען נאך איהם. א ספעציעלע הנאה האב איך געהאט ווען כ'פלעג עם געבן צו עסן. ר' שבתי, ער האט באלאנגט צו די כ"ץ'ישע משפחה. יהא זכרו ברוך.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1267
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 5699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2503 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:31 pm

יין שרף האט געשריבן:A picture from him?

זייער מיסטריעז..

וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?

איך בין נישט זיכער אבער כ'האב פארשטאנען אז מ'האט אים געפונען צווישן די ביימער הונטער די בעקיארד. קיין בילד האביך נישט ווייל איך פיר זיך נישט צו נעמען בילדער פון אינטערעסאנטע בריאים. אבער איך בין זיכער אז צווישן די הונדערטער וואס דרייען זיך דארט האבן עטליכע געכאפט בילדער. אפשר וועט איינער פון זיי עס ארויפלייגן דא.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3099
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 8062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7155 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:39 pm

הוגה האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:A picture from him?

זייער מיסטריעז..

וואו האט מען אים געטראפן אין א שווערע צושטאנד?

איך בין נישט זיכער אבער כ'האב פארשטאנען אז מ'האט אים געפונען צווישן די ביימער הונטער די בעקיארד. קיין בילד האביך נישט ווייל איך פיר זיך נישט צו נעמען בילדער פון אינטערעסאנטע בריאים. אבער איך בין זיכער אז צווישן די הונדערטער וואס דרייען זיך דארט האבן עטליכע געכאפט בילדער. אפשר וועט איינער פון זיי עס ארויפלייגן דא.


.


נעמסט קיינמאל נישט קיין סעלפי...?
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4584 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:44 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20220911-WA0035.jpg
20220914_214304.jpg
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4584 מאל

הודעהדורך באהעלפער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:47 pm

אינעם ברעסלעווער שול איז ער געווען א בן בית
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 8:50 pm

די בי"ד דא האט גוזר געווען א ביטול מלאכה אין ברייארוואוד פאר ר' שבתי'ס לויה...

ס'איז בתוקפו עד ביאת ינון...
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4584 מאל

Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוהים

הודעהדורך צוזאמגעדרייט » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:09 pm

כ'הער זאגן ס'איז געווען א overdose
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

הודעהדורך כפתור » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:25 pm

הוגה האט געשריבן:
קליינע לאקאלע שפיטאל אויף 59 נעבן רעמסען.
.

ווי איז דא דארט א קליינע שפיטאל, די animal hospital?
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ונהפך הוא » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 10:53 pm

.בילד
באניצער אוואטאר
ונהפך הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2020 12:03 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך באהעלפער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 10:58 pm

איי ר' שבתי קאץ. א וואוילער געווען
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 1:02 am

שאלתיאל האט געשריבן:הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני

שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שושני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12412 מאל

הודעהדורך יהורם » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 3:08 am

אוי!

צר לי עליך ר׳ שבתי כי נעמת לנו מאד. שלעפ ארויף מיט דיר די אלע פעסער טונא וואס מען האט דיר געגעבן, די טאנקען מילך וואס דו האסט געטרינקען. רייס איין אויבן אין הימל שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

ר׳ שבתי ז״ל האט זיך געהאלטן גאר נאנט מיט יבלחט״א דער פעסטער רב שליט״א.
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1849 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 1:03 pm

עס קומט אין שמייכעל
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך שאלתיאל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 8:24 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:הערט זיך ווי א מאדערנע מר שושני

שאלתיאל: דעם אריגינאלן מר./פראפעסאר שושני האסטו געקענט? איך, יא. ער פלעגט האבן וועכנטליך דיסקוסיעס מיט מיין טאטע. ער האט איהם אפט מאל געברענגט ביכער איבער מאטעמאטיקס און סייענס...!

וואו! איך בין פארגאפט פאר דעם סופער-מיסטעריעזן פיגור. איך ווייס איינער וואס האלט ביים ארויסגעבן א פילם איבער מר שושני און זאמלט אינפארמאציע איבער אים. ער האט שוין אנגעזאמעלט הונדערעטע עדות'ן במשך עטליכע יאר. דו געדענקסט אים?
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 416
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 773 מאל

Re: בד"ה: רבי שבתי פון ברייערוואד איננו כי לקח אותו אלוקים

הודעהדורך כרם זית » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 12:40 pm

@הוגה, זעט אויס אז צוליב די טיפע שאק האסטו פארגעסן פון דיין טרעידמארק מסיים צו זיין די ארטיקל מיטן פינטל'ע.

.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 579
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 5:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 1443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 12:51 pm

באהעלפער הער אויף מיט דיינע שטיקעס אדער דו וועסט בקרוב פליען פון דאנעט!

מנהל
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט