באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אן ערדציטערניש קומט פאר די לעצטע פּאר טעג אין דער מזרח'יסטישער גאס אין ארץ ישראל, איבער באשולדיגונגען וואס זענען ארויפגעשווימען קעגן הרב צבי טאו - פון די גרעסטע מזרח'יסטשע רבנים.

הרב צבי ישראל טאו איז געווען פון די רבני מרכז הרב און איינער פון די גרעסטע תלמידים פון הרב צבי יהודה קוק - וואס איז דער פאקטישער גרינדער און פלעגער פון רוב מזרח'יסטישע שטערמונגען כהיום. יארן צוריק האט הרב טאו זיך אפגעטיילט פון ישיבת מרכז הרב - צוליב פארשידענע רייבערייען - און געעפנט זיין אייגענע ישיבה 'הר המור' וואס איז מיט דער צייט געווארן דער צענטער פאר דער חרד"ל'ישער באוועגונג אינערהאלב מזרחי. און צענדליגער מזרח'יסטישע רבנים ווערן פאררעכנט אלס זיינע תלמידים. (חרד"לים - חרדי לאומי, זענען בדרך כלל סאך פרומער און מער פאנדאמענטאליסטיש ווי דער אלגעמיינער דתי לאומי; זענען מער מקפיד אויף דקדוקי הלכה וכו'. אזאנע ישיבה'ישע ציונים...)

לעצטנס האט ער אפי' געעפנט זיין אייגענע פאליטישע פארטיי מיט'ן נאמען 'נועם' וואס איז בעיקר פארנומען צו שטופן קאנסערוואטיווע אנטשויאינגען קעגן להט"ב, מצעד הגאווה, וכו'. אין די לעצטע בחירות זענען זיי געלאפן צוזאמען אין דער צוזאמגעשטעלטער רשימה פון סמוטריץ' און בן-גביר.

כאטש ער איז א פרומער חרד"ל'ישער רב (ער גייט מיט'ן ישיבה'שן ליטווישן לבוש), איז ער גאר שטארק ארויפגעקוקט אפילו ביי די מער ליבעראלע פליגלען אין מזרחי, אלס א גרויסער פערזענליכקייט און איש גדול. אפגערעדט ביים פרומערן עולם וואס על פיו ישק כל דבר און ער איז דער אפיציעלער מנהיג (צו פארשטיין געבן בערך, כ'וואלט געזאגט אז ביי די חרדל"ים איז ער ווי הרב שטיינמאן ביי די ליטווישע, און אינעם אלגעמיינעם מזרחי גאס - ווי הרב וואזנער ביי חסידים...).

שוין אפאר חדשים צוריק, איז א פרוי נחמה תאנה ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אויף פעיסבוק אז הרב טאו האט איר סקסואל באלעסטיגט און גערעיפט עטליכע מאל - יארן צוריק ווען זי איז נאך געווען א יונג מיידל. פאר סיי וואספארא סיבה האט דאס נישט אנגעמאכט קיין שטורעם, און מ'האט איר אוועקגעמאכט אלס גייסטיש אומסטאביל. זי האט אבער נישט אויפגעגעבן, און די לעצטע פאר חדשים שטייט זי אין פארנט פון כנסת און מאכט אן איין-מענטשיגע פראטעסט אז מ'זאל אויספארשן הרב טאו.

די טויש איז געקומען ווען זי איז ארויף אויף ישראל'ישער טעלעוויזיע און פארציילט איר געשיכטע, צוויי טאג דערויף איז פלוצלינג אפירגעקומען נאך א פרוי וואס האט אויף טעלעוויזיע מיט אן אויפגעדעקטן פנים באשולדיגט אז הרב טאו האט אויך איר באלעסטיגט. ארום דער זעלבער צייט זענען באקאנטע מזרח'יסטישע אקטיוויסטן און רבנים ווי 'יובל שרלו' און 'דוד סתיו' ארויסגעקומען מיט אן עפנטליכער בקשה צו דער משטרה אז מ'זאל אויספארשן די פרשה, טענה'דיג אז זיי האבן געהערט נאך עדות'ער קעגן אים. די צוויי פרויען טענה'נען אויך ביידע אז זיי קענען נאך פרויען; און אז ס'איז מעגליך דא אזויפיל ווי אכט פרויען. די משטרה האט טאקע געמאלדן אז זיי עפענען אן אפיציעלע אויספארשונג.

דער גאנצער סיפור ווערט באטראכט ווי א ריזיגן חידוש, נעמנדיג אין באטראכט אז הרב טאו ווערט באטראכט ווי א פרוש און בעל מדרגה, אפגערעדט פון זיין ציבור'ישן מעמד.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר