שוידערליכע אויפדעקונג איבער די גזירת החינוך קאמפיין, פערל'ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שוידערליכע אויפדעקונג איבער די גזירת החינוך קאמפיין, פערל'ס

שליחה דורך סבא דבהתא »

איך ברענג דא אראפ עפעס וואס כ’האב געליינט אין די ארוינישע ’היימשטאט’ צייטונג וואס כ’האף ס’איז נישט אמת, אבער אויב יא איז דאס אן ערנסטע סקאנדאל וואס ווייזט ארויס די מורא'דיגע תמימות פונעם ציבור החסידי ווי מ’קען זיי פארקויפן וואס מ’וויל.

א שוידערליכע אויפדעקונג איז לעצטנס אנטפלעקט געווארן.

אויב האט מען געמיינט אז די פערל'ס ארגאניזאציע איז דא בלויז לטובת החינוך האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט גאר פארקערט, זיי זענען בלויז דא פאר רייסן געלט פונעם ציבור התמימים. די רעדע איז פון א געוויסע געזעץ וואס וואלט אינגאנצן געקענט אוועקנעמען די גאנצע גזירת החינוך, עסקנים מיט די היימישע אסעמבלימאן ר’ שמחה אייכענשטיין זיצן שוין חדשים אויף דעם פלאן וועלכע וואלט געדארפט צו ווערן אריינגעריקט דורך אן אונטערטיר אינעם נייעם בודשעט פון נ”י סטעיט. די גאווערנאר האט שוין געהאט פארשפראכן אפי’ צו שטיצן דעם ביל און די אלע סטעיט סענאטארן וואלטן ניטאמאל געכאפט וואס מען רוקט דא אריין אונטערן טיש.

אבער ליידער צוליב דעם וואס פערל”ס מיט אבי שיק האבן מורא אז זיי גייען דא פארלירן גאר אסאך געלט וואס זיי האלטן אינאיין באקומען ווילאנג די גזירה ציט זיך, האט מר. שיק געשריבן א גאנצע אפ-עד קעגן די פלאן, און אזויווי ס’איז ארויס אין פובליק האט די גאווערנאר מודיע געווען אז זי גייט עס נישט שטיצן און די גאנצע זאך איז צופאלן.

פאר מער קענט איר עס ליינען אינעם קר”י היימשטאט https://preview.heimshtut.com/581l67LQ8 ... Rmg#page=1

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר